צו פאבריצירן בתים איז א פאך וואס רופט זיך א "בתים מאכער".
די של ראש איז סאך שווערער און קונצליכער צו מאכן ווי דער של יד, צוליב די קאמפליצירטקייט פון די מחיצות, און מ'מוז עס מאכן מיט איין שטיק לעדער.
צו מאכן דער של ראש, נעמט מען א שטיקל האלץ אויסגעשניטן פיר עקנדיג בערך אביסל קלענער ווי די בתים, דערנאך שנייט מען אריין דריי טיפע שניטן דורך אויס די לענג פון די האלץ, דערנאך נעמט מען הויט ווען עס איז נאך ווייעך אין פייכט און מדעקט עס איבער די האלץ און משטיפט אריין די הויט אין די דריי לעכער, דערנאך טוט מען אויגלעטן די הויט זאל זיין שיין עקענדיג, ווען די הויט איז שוין הארט און טריקן שלעפט מען ארויס די האלץ פון די הויט אזוי אטאמאטיש ווערט אונעם קעסטל פיר צימערן.
די קשרים
לויט דער הלכה דארף די תפילין האבן קשרים (קנופן), סיי דער של יד סיי דער של ראש. וויאזוי מען מאכט דעם קשר אין דעם של ראש שטייט נישט אין דער תורה נאר איז א הלכה למשה מסיני.
דל"ת פון די תפילין דער קשר אויפן של ראש מאכט מען מיט א צורה פון א דל"ת. ס׳איז פאראן אין דעם דריי אנגענומענע מנהגים: דער מערסט פארשפרייטער מנהג היינט איז צו מאכן דעם קשר ווי א געוויינלעכן דל"ת, און מען טרעפט דאס אין אלע קרייזן; דער מנהג פון די תימנים און דער אלטער מנהג פון אשכנז, וואס רוב חסידים זענען נוהג איז א פירעקיג קשר; און דער מנהג אין צאנז איז א גרויסער קשר וואס זעט אויס ווי א שלאס "ם" וואס באדייט דעם אות ד' צוויי מאל.[1]
יוד פון די תפילין דער קשר פונעם של יד איז געמאכט ווי אן אות יו"ד. ס׳איז א מחלוקת רש"י און רמב"ם וויאזוי צו מאכן דעם קשר, און מען איז נוהג צו מאכן א קשר וואס איז יוצא ביידע דעות.
רש"י און ר"ת
ס'איז פאראן א מחלוקת רש"י און רבינו תם אין וועלכן סדר מ'זאל לייגן די פרשיות פונעם של ראש. לויט רש"י: קדש, והיה כי יביאך, שמע, והיה אם שמע. לויט ר"ת: קדש, והיה כי יביאך, והיה אם שמע, שמע. אויך ביי די תפלין של יד איז דא די זעלבע אונטערשייד, און לויט ר"ת די געענדיגטער קלף פונעם של יד איז אין דעם אויבנדערמאנטן סדר, כאטש דער סופר מוז זיי שרייבן אין דעם סדר ווי זיי זענען אין דער תורה, נאר א לאזט א ריווח פארן שרייבן שמע און דארט שרייבט ער שפעטער „והיה אם שמע".
דער שימושא רבא, לויט רבי מנחם עזריה, האלט אז די פרשיות דארף מען לייגן אין די תפילין פארקערט ווי רש"י.
סימבאליזם
די קעסטלעך טוען סימבאליזירן אז די מוח און הארץ זענען פארבונדן מיט געטריישאפט און שטאלץ פאר א אייביגער פעסטער קנעכטשאפט צו גאט.
די תפילין, בעיקר דער של ראש, סימבאליזירן יידישן שטאלץ, אזוי ווי למשל אין דער מעשה פון אלישע בעל כנפיים, וואס די רוימער האבן גע׳רודפ׳ט ווייל ער האט געלייגט תפילין, און זיי זענען געווארן פליגלעך פון א טויב - סימבאל פונעם יידישן פאלק – אין זיינע הענט. . ביים חורבן אייראפע איז נאטאריש באקאנט דאס בילד פון דער עלקושער דערנידערונג וואו מען זעט הרב משה האגערמאן, איינער פון די רבנים אין שטעטל, מיט צעשפאלטענע תפילין אויף זיין קאפ ביי דער דערנידערונג פון דער יידישער קהילה דורך דייטשע זעלנער.
↑די צורה פונעם קשר שטייט אין א פולמוס גדול. צווישן די קונטרסים אין דעם ענין זענען: "תפארת חיים" הרב חיים שרגא פייוול פראנק, "קשר של קיימא" הרב שלום בראנדער, "קשר תפילין" הרב אלעזר בריזל.