אין מחבר שטייט מ׳זאל מאכן קידוש וואס פריער צום כניסת השבת אוון נישט ווארטן ס׳זאל ווערן נאכט ווייל ס׳דארף זיין וואס פריער צו כניסת השבת ווי חז"ל דרשנ׳ען.
דער מג"א לייגט צו נאך א טעם אז מ׳זאל מאכן קידוש וואס פריער, אז ס׳זאל זיין אין א שעה וואס איז שולט מזל צדק און נישט מאדים. (מג"א סימן רע"א סק"א בשם ספר תיקוני שבת און תשובות מהרי"ל[1])
פון פשטות מחבר ומג"א איז משמע אז אויב מ׳האט פארפאסט צו מאכן קידוש פאר 6 זאל מען מאכן צווישן 6 און 7 ווייל די אנדערע טעם וואס שטייט אין מחבר איז קאי וקיימא.
דער באר היטב דערמאנט אז מען זאל ווארטן אויף נאך 7: לכן יקדש בצדק או ימתין עד שיעבור ממשלת מאדים ויקדש. כנראה האט ער צוגעלייגט שיטת המג"א אז מ׳מעג יא ווארטן צו מאכן קידוש משחשיכה ווייל מ׳האט שוין קידוש געמאכט אין שול מדאורייתא. לפי"ז איז טאקע בעסער צו ווארטן אויף 7.
דער לשון שולחן ערוך הרב: יש נזהרים שלא לקדש בשעה ראשונה של הלילה (דהיינו שעה שביעית אחר חצות היום) אלא או קודם הלילה או לאחר שעה תוך הלילה לפי שבשעה הראשונה הוא מזל מאדים וסמא"ל מושל עליו וכבר נתבאר שלכתחלה יש לו לקדש מיד בבואו מבית הכנסת מבעוד יום. ער זאגט שוין קלארער אז מ׳קען ווארטן אויף 7 אבער לכתחילה איז בעסער מבעוד יום, פארן צאת.
אנדערע האבן נישט מקפיד געווען. מרן האדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א (שיכון) זאגט, אז די קפידה אין וויזניץ איז בלויז געווען אויף די רבי'ס, דער עולם האט נישט מקפיד געווען דערויף. היינטיגע טעג איז דער המון-עם יא מקפיד דערויף.[2]
מאנכע פירן זיך צו זאגן אין פאל מען מאכט קידוש צווישן זעקס און זיבן אזייגער "אב הרחמים הוא ירחם עם עמוסים ויזכור ברית איתנים 'ויציל נפשותינו מן השעות הרעות' ויגער ביצר הרע מן הנשואים ויחון אותנו לפליטת עולמים וימלא משאלותינו במדה טובה ישועה ורחמים", (ליקוטי מהרי"ח בשם הרה"ק ר' שמעון מיעריסלאב זי"ע), טייל פירן זיך עמטליך צו פארלאזן אויף דעם נוסח יעדע וואך, אנדערע נאר ווען זיי האבן א גאסט און איילן זיך צו לכבודו. אין טאהש זאגט מען דאס יעדע וואך בעפאר קידוש. פאפא רב זי"ע פלעגט אזוי טון ווען עשרה בטבת איז געפאלן אויף פרייטאג.[3]
קומט אויס אז נאר די וואס וואוינען פונקטליך ביי יעדע טויזענט מייל זיי זענען אויפן ריכטיגן זייגער, אלע אינצווישן גראדן נאר אויס דעם זייגער למען יישוב העולם, די וואס וואוינען ביז 500 מייל צו מערב פונעם ליין (יעדע גלאוב האט 24 ליינס וואס לויפן פונעם צפון שפיץ אונעם ארקטיק ביזן דרום שפיץ אין אנטארטיקע) זענען באמת אפגעריקט א האלבע שעה אויף צוריק, דעס מיינט ווען דער זייגער איז זיבן איז נאך באמת 6:30 און די זעלבע פארקערט די וואס וואוינען 500 מייל אויף מזרח איז שוין באמת 7:30
אזוי ווי די ניו יארקער זייגער איז גערוקט פאראויס מיט 4 מינוט, כדי עס זאל נישט זיין קיין טיים-ליינס פון מינוטן נאר פון שעות, איז די פונקטליכע צייט פון מזל מאדים פון 5:56 ביז 6:56 (אין א"י פון 5:40 ביז 6:40).