ראש־השנה איז א יידישער יום טוב אין דעם ערשטן טאָג פון דעם יידישן יאָר, אנהייב חודש תשרי, (און דער זיבטער חודש לויט דעם קאלענדער אין דער תורה וואס פאנגט אָן ציילן פון חודש ניסן). אין דער קריסטלעכע צייט-רעכנונג, פאלט אויס ראש השנה, אין סעפטעמבער אדער אָקטאָבער.
אין דעם טאג פייערט מען דער אנפאנג פון יאר, און מען איז ממליך דער גאט פון די וועלט. אויך ווערט גערעכנט דער טאג אלס א יום הדין אזוי ווי עס שטייט אין חז"ל: ”בראש השנה כל באי העולם עוברים לפניו כבני מרון, שנאמר:'היוצר יחד לבם המבין אל כל מעשיהם'” (מסכת ראש השנה א')
דער יום טוב איז צוויי, אויך אין ארץ ישראל, אנדערש פון אנדערע ימים טובים (זעט ראש חודש).