כ"ה סיון תש"ד איז רבי נפתלי צבי געווארן בר מצווה. ער איז געווען דעמאלסט מיט זיין פאטער אין דער גרויסווארדיין געטא, פארשטעקט אין דעם בונקער אונטערן שפיטאל. זיין פאטער האט געהאט א שטארקע הקפדה זיך צו טובל'ן פאר תפילין לייגן. זיי האבן באשלאסן ארויפצוגיין אויפן דאך זוכן אן עצה. דארטן האבן זיי געטראפן א שיסל וואסער, וואס זיי האבן געגאסן אויף זיך תשעה קבין. בשעת מעשה האט דער טאטע געזאגט פאר נפתלי צבי אז ער זאל מיט דער טבילה מכוון זיין א הכנה "אומצוקומען על קידוש השם".[1]
רבנות
צום סוף פון דער צווייטער וועלט מלחמה האט זיין פאטער ר' שלמה געזדאנזשעט צו שיקן אים אלס בחור קיין ארץ ישראל. אזוי ווי ר' שלמה איז געבליבן אין אייראפע האט נפתלי צבי נישט געוווּסט צי זיין פאטער איז ניצול געווארן פון דער קריג. ער האט געוווֹינט עטלעכע יאר אין ארץ ישראל ווו ער האט באקומען היתר הוראה. ער האט דארט געלערנט אין דער סלאנימער ישיבה, און זיך געדרייעט ביי דעם די סלאנימער חסידים ווי הר"ר מאטל מסלאנים, צווישן זיינע חברים זענען געווען הר"ר יעקב מאיר שעכטער, ער האט זיך אויך דאן געדרייעט צווישן די נטורי קרתא קרייזן, און זיך גע'חבר'ט מיט הרב ר' עמרם בלוי, ווען דער סאטמארער רבי רבי יואל טייטלבוים, איז געווען אין די יארן פון תש"ו - תש"ז אין ארץ ישראל, איז רבי נפתלי'טשע געווען פון זיינע נאנטע חסידים, אין די שפעטערע 40סטע יארן איז ער דערגאנגען אז זיין פאטער לעבט נאך און וווינט אין ניו יארק, האט ער אליין געוואנדערט קיין ניו יארק.
רבי נפתלי'טשע איז ביים טאטע'נס לעבן אים געשטאנען צו דער האנט אלע יארן ביים בויען די באבאווער אימפעריע, און ער האט זיך מוסר נפש געווען פאר'ן טאטן און פאר באבוב. נאך זיין פאטער'ס פטירה ר"ח אבה'תש"ס האט מען אים געקריינט אלס באבובער רבי. בעת ער איז געווארן רבי איז ער שוין געווען שטארק אפגעשוואכט; אבער די חסידים זענען געווען שטארק נתפעל פון זיין צדקות, און האבן דערציילט איבער אים אפענע געוואלדיגע מופתים.