דער היינטיגער גובערנאטאר פון ניו יארק איז ענדרו קוואמא.
היסטאריע
ניו יארק איז געגרינדעט געווארן אין יאר ה'שפ"ה, געווען איז דאס ווען א גרופע פון האלאנד האבן זיך ארויסגעלאזט צום לענג פונעם אטלאנטישן ברעג, זיי זענען געקומען צו א קליין אפגעזודנדערטן אינזל, וואס האט זיך צושפרייט צווישן א טייך, די האלענדער זענען געקומען צום באשלוס אז דאס איז א פאסיג ארט זיי זאלן זיך דארט באזעצן, זיי האבן דאס אפגעקויפט פון די דארטיגע אינדיאנער פאר פיר און צוואנציג דאלער, די אינדיאנער האבן פארלאזט דאס ארט און די האלענדער האבן דארט געבויעט א קליין דערפל מיטן נאמען ניו אמסטרדאם, דאס ארט הייסט היינט מאנהעטן.
פערציג יאר נאכדעם וואס די האלענדער האבן זיך דארט באזעצט זענען געקומען די ענגלענדער און האבן זי איינגענומען און האבן איר א נאמען געגעבן ניו יארק.
באפעלקערונג
ניו יארק וועלכער ווערט אויך אנגערופן ניו יארק שטאַט - כדי צו מאכן אן אונטערשיט פון איינס פון ניו יארק סיטי מיט א ענדליך נאמען - איז דער פערט-גרעסטער שטאַט אין באפעלקערונג און דער 27סטער אין שטח אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן פֿון אַמעריקע.
ניו יארק איז פון די גרעסטע שטאַטן אין לאַנד, עס קומט אין דער רייע נאך קאליפארניע טעקסעס און פלארידע.
די באפעלקערונג פונעם שטאַט לויטן 2020 צענזוס איז 20,201,249
אין ניו יארק וואוינען 428.7 מענטשן פער סקווער מייל, דאס איז די ניינטע מערסט צושטופטע אין די פאראייניגטע שטאטן