מען האט געשאפן די מעטראפאליטאן דיסטריקט באן צו ווערן א טייל פון אן אינוועניקסטן קרייז וואס וועט פארבינדן די לאנדאנער סוף־סטאנציעס. די ערשטע ליניע האט געעפנט אין דעצעמבער 1868 פון דרום קענזינגטאן קיין וועסטמינסטער מיט באנען פון דער מעטראפאליטאן באן. אין 1871 האט די דיסטריקט אנגעהויבן מיט אייגענע באנען און די ליניע האט געצויגן פון מערב בראמפטאן קיין מענשן הויז.
רוטע
מאפע
פאקטן
די דיסטריקט ליניע איז לאנג 64 קילאמעטער (40 מייל), די לענגסטע ליניע אין דער אונטערגרונט. די ליניע האט 60 סטאנציעס און ווערט באדינט פון C און D סטאק באנען, מיט 6 וואגאנען. אין 2013 האט מען אנגעהויבן איינפירן S סטאק באנען מיט 7 וואגאנען, און ביז 2016 וועט מען טוישן אלע באנען.