קאארדינאטן: 51°28′06″N 0°12′32″W / 51.4683°N 0.2088°W / 51.4683; -0.2088
פאַטני ברידזש (ענגליש: Putney Bridge) איז א לאנדאנער אונטערגרונט סטאנציע אויפן ווימבלדאן צווייג פון דער דיסטריקט ליניע.
די סטאנציע געפינט זיך אין דרום פולהאם, מערב לאנדאן, נישט ווייט פונעם צפון עק פונעם בריק ״פאטני ברידזש״. די סטאנציע איז אין טראוולקארט זאנע 2.
.
היסטאריע
די סטאנציע האט געעפנט דעם 1טן מערץ 1880 מיטן נאמען פאטני ברידזש און פֿולהאם ווען די דיסטריקט באן (היינט די דיסטריקט ליניע) האט פארלענגערט איר ליניע דרום פון וועסט בראמפטאן}. די סטאנציע איז געווען די סוף־סטאנציע פונעם צווייג ביז 1889, ווען די דיסטריקט באן האט געבויט פֿולהאם באן בריק איבערן טעמז און האט פארלענגערט די ליניע.
דעם 1טן יאנואר 1902 האט מען געטוישט דעם נאמען פון דער סטאנציע צו פאטני ברידזש און הערלינגהאם. דער היינטיקער נאמען שטאמט פון 1932.
דינסטן
די נארמאלע דינסט א גאנצן טאג (חוץ די שפיץ שעה׳ן) איז:
די דינסט אין די שפיץ שעה׳ן מאנטיג-פרייטיג איז:
- 12 באנען א שעה קיין ווימבלדאן
- 6 באנען א שעה קיין עדזשווער ראד
- 6 באנען א שעה קיין אפמינסטער
רעפערענצן
וועבלינקען