די וואטערלו און סיטי (ענגליש: Waterloo & City Line) איז א ליניע אויף דער לאנדאנער אונטערגרונט. זי גייט אונטער דעם טעמז צווישן וואטערלו און באנק סטאנציעס. אויף דער טיוב מאפע איז די ליניע קאלירט טורקיז. די ליניע באדינט פאסאזשירן וואס קומען אריין אין וואטערלו פון דרום־מערב ענגלאנד צו פירן זיי אריין אין דער סיטי פון לאנדאן. צוליב דעם ארבעט נישט די ליניע זונטיק און באנק האלידיי טעג.
היסטאריע
די ליניע איז געבויט געווארן דורך דער וואטערלו און סיטי באן געזעלשאפט, און האט געעפנט דעם 11טן יולי 1898; באנק סטאנציע האט דעמאלסט געהייסן ״סיטי״. די ליניע האט געהערט פריער צו די באן פירמעס, און דער נאך צו בריטיש באן. ערשט אין 1994 האט לאנדאנער אונטערגרונט איבערגענומען די ליניע.
מאפע
רעפערענצן