אין זיינע יונגערע יארן האט ער געלערנט אין דער עץ חיים ישיבה, און אויך ביי זיין פאטער. ער האט משמש געווען הרב שמשון אהרן פאלאנסקי, דער טעפליקער רב, און ער איז געווען נאנט צום בריסקער רב און רבי יעקב ישראל קאניעווסקי ("דער סטייפלער"). אין רב שך'ס לעצטע יארן פלעג הרב אויערבאך באזוכן אים אין זיין הויז אין בני ברק גאנץ אפט.
יונגערהייט איז ער געווען א ראש ישיבה אין דער אמשינאווער ישיבה "שם עולם". אין די 70ער יאר האט הרב מרדכי עליפאנט אים באשטימט א ר"מ אין ישיבת איתרי אין ירושלים, וואו ער איז געבליבן ביז תשל"ז (1977).
ראש חודש אייר תשמ"ב (1982) האט הרב אויערבאך אויפגעשטעלט די מעלות התורה ישיבה פאר עלטערע בחורים אין שערי חסד, ירושלים. די ישיבה האט אויך א כולל מיט עטלעכע צוואנציג יונגעלייט.
אויך האט הרב אויערבאך עוסק געווען אין קבלה, און ער איז געווען דער נשיא פון דער ישיבת המקובלים שער השמים; ער האט געירשנט דעם אמט פון זיין פאטער.
אין די אנהייב 2000ער יארן האט מען אים אריינגענומען אין דער מועצת גדולי התורה פון דגל התורה. ער איז געווען א מיטגליד אין דעם פרעזידיום פון דעם וועד הישיבות.
הרב אויערבאך איז געווען א מקורב פון הרב יוסף שלום אלישיב. נאך רב אלישיבס פטירה האט זיך געמאכט א שפאלט אין דעם ליטוויש־ישיבישן עולם אין ישראל. דער גרעסטער טייל איז געפירט געווארן דורך הרב אהרן לייב שטיינמאן אבער דער מער קאנסערוואטיווער שטראם האט אנגעקוקט הרב שמואל אויערבאך ווי זייער מנהיג. אין יולי 2012 האט מען געעפנט די הפלס צייטונג אונטער זיין פאטראנאזש, און ער איז געווען איר גייסטלעכער אויטאריטעט.
דער עולם וואס האלט מיט הרב אויערבאך האט אויפגעשטעלט די נצח פארטיי אין ווינטער תשע"ג.[2]פאר די מוניציפאלע וואלן אין מרחשון תשע"ד (2013), האט די פארטיי געענדערט איר נאמען צו "בני תורה", וואס האט קאנדידירט אין ירושלים, בני ברק און מודיעין עילית, און האט געווינען סה"כ פינף זיצן.
ער איז געווען געהייראט צו מרת רחל, טאכטער פון הרב פנחס אליעזר פאקשער פון ירושלים (נפטר געווארן י"ד טבת תש"ן). זיי האבן נישט געהאט קיין קינדער.
אום שבת קודשפרשת זכור, ט' אדרה'תשע"ח פארטאגס, האט רבי שמואל געכאפט א העפטיגן הארץ-שטילשטאנד, אבער טראץ די מערפאכע פארזוכונגען און אויפוואנד פונעם רעטונג-דינסט דורכצופירן אויף אים ווידערבאלעבונג, האט ער ליידער אויסגעהויכט זיין נשמה צום באשעפער אין הויכן עלטער פון נאענט צו זיבן און אכציג יאר. אויבוואויל דער מנהג אין ירושלים איז "שלא להלין את המת" (באערדיגן דעם נפטר אויפן זעלבן טאג פון דער פטירה ,און נישט לאזן איבערנאכט), צוליב דעם הארבן ענין פון סכנת נפשות, און כדי מ'זאל האבן די מעגליכקייט זיך צוצוגרייטן צו דער לוויה, האט מען עס אפגעשטופט אויף דעם קומענדיגן טאג און די לוויה איז ארויס פון דער 'שערי חסד' געגנט 11 אזייגער צופרי מיט דער באטייליגונג פון רבבות וואס זענען אהין געקומען אפצוגעבן דעם כבוד אחרון צום גרויסן פוסק און מנהיג. ער איז באערדיגט געווארן אין הר המנוחות סמוך ונראה צום ציון פון זיין פאטער רבי שלמה זלמן. דער בית דין פון עדה החרדית האט געהייסן צו מאכן א 'ביטול מלאכה' בשעת פון דער לוויה.