אום י"ד אדר ה'תר"צ האט ער געהייראט חיה רבקה, טאכטער פון ר׳ לייב רוחמקין. נאך דער חתונה האט ער געלערנט ווייטער אין ישיבת עץ חיים. אין תרצ״ב האט ער ארויסגעגעבן א קונטרס אויפן שב שמעתתא. פון תרצ"ה האט ער געלערנט נאכמיטאג אינעם כולל של הרב הירש פסח פראנק, "מדרש בני ציון", וואו מ'האט עוסק געווען אין סדר זרעים און הלכות מצוות התלויות בארץ. אין תש״ד האט ער ארויסגעגעב זיין ספר ״מעדני ארץ״ וועגן שמיטה.
נאך דער פטירה פון רבי יחיאל מיכל שלעזינגער אין תש״ט, גרינדער און ערשטער ראש ישיבה פון קול תורה, האט מען געבעטן רבי שלמה זלמן איבערצונעמען די פירערשאפט פון דער ישיבה. ער איז געבליבן אין דעם אמט קרוב צו פופציק יאר.[2]
אין זיינע שפעטערע יארן האט מען פארעפנטלעכט טייל פון זיינע תשובות אין שוֹ״ת מנחת שלמה.
ער איז נפטר געווארן אין ירושלים כ' אדרה'תשנ"ה, און ביי זיין לוויה האבן באטייליגט הונדערטער טויזנטער מענטשן. מען האט אים באערדיגט אין הר המנוחות אין ירושלים.
דער רמת שלמה פערטל אין ירושלים איז גערופן אויף זיין נאמען. אזוי אויך האט מען געגרינדעט די ישיבת משכן שלמה אין ירושלים און ישיבת חכמת שלמה אין בני ברק אויף זיין נאמען.