קאארדינאטן: 51°31′49″N 0°07′27″W / 51.5302°N 0.1241°W / 51.5302; -0.1241
קינגס קראס סט פאנקראס (ענגליש: King's Cross St Pancras) איז א לאנדאנער אונטערגרונט סטאנציע אין צענטראל לאנדאן, וואס באדינט קינגס קראס און סט פאנקראס מיינליין סטאנציעס.
די סטאנציע איז אין טראוולקארט זאנע 1.
קינגס קראס סט פאנקראס איז די גרעסטע איבערבייט סטאנציע אויף דעם לאנדאנער אונטערגרונט, און באדינט זעקס ליניעס ווי אויך צוויי נאציאנאלע באן סטאנציעס.
היסטאריע
די סטאנציע האט געעפנט אין 1863 אויף דער מעטראפאליטאן באן. די גרויסנארדערן, פיקאדילי און בראמפטאן באן פעראנען האבן געעפנט אין דעצעמבער 1906, און דער סיטי און דרום לאנדאנער באן (היינט דער באנק צווייג פון דער נארדערן ליניע) אין מיי 1907. דעם 1טן דעצעמבער 1968 האבן די וויקטאריע ליניע פעראנען געעפנט.
גאלעריע
-
וויקטאריע ליניע צפונדיקער פעראן, קוקנדיק אויף דרום
-
נארדערן ליניע דרומדיקער פעראן, קוקנדיק אויף צפון
-
פיקאדילי ליניע צפונדיקער פעראן, קוקנדיק אויף דרום
רעפערענצן
וועבלינקען