קאארדינאטן: 51°31′12″N 0°06′19″W / 51.520°N 0.1053°W / 51.520; -0.1053
פֿאַרינגדאן (ענגליש: Farringdon) איז א לאנדאנער אונטערגרונט און נאציאנאלע באן סטאנציע אין קלארקנוועל אין דער לאנדאנער בארא פון איזלינגטאן, הארט לעבן דער סיטי פון לאנדאן, און איז אין טראוולקארט זאנע 1.
די סטאנציע איז געעפנט געווארן אין 1863 דורך דער מעטראפאליטאן באן, מיטן נאמען פֿארינגדאן סטריט.
היינט ווערט די אונטערגרונט סטאנציע באדינט דורך די קרייז, האמערסמיט און סיטי, און מעטראפאליטאן ליניעס צווישן קינגס קראס סט פאנקראס און בארביקאן. די נאציאנאלע באן סטאנציע געפינט זיך אויף דער טעמזלינק רוטע צווישן סט פאנקראס און סיטי טעמזלינק, און אויך די עליזאבעט ליניע באדינט די סטאנציע זייט איר עפֿענונג דעם 24סטן מיי 2022.
לויפיקע אנטוויקלונגען
צוויי הויפט באן אנטוויקלונגען וואס ביידע ענדיגן אין 2018-19 האבן א שייכות מיט פארינגדאן. די טעמזלינק באן וואס באדינט די סטאנציע ווערט פארבעסערט מיט לענגערע צוגן וואס קומען עפטער. קרייצבאן (Crossrail) איז א נייע באן וואס פארט מזרח־מערב אדורך לאנדאן און וועט באדינען פארינגדאן סטאנציע. ווען ביידע זענען פארטיק וועט פארינגדאן האבן אומגעפער 200 באנען א שעה און זיין איינע פון דעם לאנד'ס מערסט באשעפטיקטע סטאנציעס. די סטאנציע וועט זיין די איינציקע מיט אן איבערבייט צווישן טעמזלינק און קרייצבאן.
באדינונגען
לאנדאנער אונטערגרונט
נאציאנאלע באן
די סטאנציע ווערט באדינט דורך באנען אויף דער טעמזלינק רוטע.
מען האט איינגעפירט דעם נייעם טעמזלינק פֿארפלאן דעם 20סטן מיי 2018:
אלע באנען שטעלן זיך אפ ביי אלע סטאנציע אויפן צענטראל דורך־לאנדאן הארץ פון דער טעמזלינק רוטע, ד״ה בלעקפרייערס, פארינגדאן און סט פאנקראס).
פון צוועלווע ביינאכט פארט איין באן יעדע 30 מינוט אויף דער רוטע צווישן בעדפארד און דריי ברידזשעס.
עליזאבעט ליניע
וועבלינקען
עליזאבעט ליניע
|
שענפילד צווייג
|
|
עבי וואוד צווייג
|
|
יאדער אפטייל
|
|
היטרוי צווייג
|
|
רעדינג צווייג
|
|
באוועגלעכע סטאק
|
|
|