קאארדינאטן: 51°33′43″N 0°26′31″W / 51.5619°N 0.4419°W / 51.5619; -0.4419
איקנהאם
|
סטאנציע געביידע
|
(למפת גרויסלאנדאן מוגדלת)
לאקאציע פון איקנהאם אין גרויסלאנדאן
|
לאקאלער סטאנציע נאמען:
|
Ickenham
|
יאר געעפנט:
|
1905
|
לאקאציע:
|
איקנהאם
|
בארא:
|
הילינגדן
|
פארוואלטער:
|
לאנדאנער אונטערגרונט
|
ליניעס אדורך דער סטאנציע:
|
מעטראפאליטאן ליניע פיקאדילי ליניע
|
צאל פעראנען:
|
2
|
טראוולקארטע זאנע:
|
זאנע 6
|
צאל פאסאזשירן אין יאר:
|
1.19 מיליאן (2015)
|
איקנהאם (ענגליש: Ickenham) איז א לאנדאנער אונטערגרונט סטאנציע אין איקנהאם, מערב לאנדאן, אויפן אקסברידזש צווייג פון סיי דער מעטראפאליטאן ליניע און סיי דער פיקאדילי ליניע.
די סטאנציע איז אין טראוולקארט זאנע 6.
היסטאריע
די סטאנציע האט געעפנט מיטן נאמען איקנהאם האלט דעם 25סטן סעפטעמבער 1905 אויף דער מעטראפאליטאן באן (היינט די מעטראפאליטאן ליניע) ליניע צווישן הארוי-אויפן-היל און אקסברידזש.
אום 1טן מערץ 1910 האט מען פארלענגערט די דיסטריקט ליניע פון דרום הארוי און אויך דיסטריקט ליניע באנען האבן באדינט אלע סטאנציעס ביז אקסברידזש.
פון 23סטן אקטאבער 1933 האט די פיקאדילי ליניע איבערגענומען די דיסטריקט ליניע באדינונגען.
אין די 1970ער יארן האט מען איבערגעבויט איקנהאם האלט ווי א סטאנציע.
באדינונגען
מעטראפאליטאן ליניע
א גאנצן טאג, 8 באנען א שעה אין יעדער ריכטונג.
אין די שפיץ שעה׳ן, 10 באנען א שעה אין יעדער ריכטונג. אינדערפרי זענען צוויי באנען א שעה קיין אלדגייט האלב-גיך.
פיקאדילי ליניע
א גאנצן טאג, 3 באנען א שעה קיין קאקפאסטערס, 3 באנען א שעה קיין אקסברידזש.
אין די שפיץ שעה׳ן, 6 באנען א שעה קיין קאקפאסטערס, 6 באנען א שעה קיין אקסברידזש.
גאלעריע
-
קוקנדיק אויף מזרח
-
קוקנדיק אויף מערב
-
פעראן רונדל
רעפערענצן
וועבלינקען