קאסאוו (הויף)
קאסאוו (אדער קאסוב) אין אסט־גאליציע, איז א באקאנטע שטאט אין די חסידישע קרייזן, וואס דארט האט געוואוינט רבי מנחם מענדיל האגער זצ"ל באקאנט אלץ "דער אהבת שלום", דער גרינדער פון דער קאסאווער דינאסטיע.
דער קאסאווער בוים
רבי מנחם מענדיל האגער זצ"ל, (ה'תקכ"ט - י"ז חשוון ה'תקפ"ו) רב אין קאסאוו, באקאנט אלץ "דער אהבת שלום".
קאסאוו-וויזשניץ צווייג
- זעט דעם הויפּט אַרטיקל – וויזשניץ (הויף)
- רבי חיים האגער (ה'תקנ"ה - כ"ה אייר ה'תרי"ד), רב אין קאסאוו.
- רבי יעקב שמשון האגער (ה'תקע"ד - י"ט אדר ה'תר"ם), רב פון קאסאוו.
- רבי יוסף אלטער האגער (ה'תק"ף (אומגעפער) - ח' תמוז ה'תרל"ט), פון ראדאוויץ.
- רבי מנחם מענדיל האגער (דער ערשטער) (כ"ד אייר ה'תק"ץ - כ"ט תשרי ה'תרמ"ה) פון וויזשניץ, "דער צמח צדיק".
- מרת יוכבד, די ווייב פון רבי פנחס יוסף שפירא, פון קאסאוו, אן אור-אייניקל פון רבי פנחס שפירא פון קאריץ.
- מרת העניא, די ווייב פון רבי ישראל, פון קרעמניץ, אן אייניקל פון רבי יחיאל מיכל פון זלאטשאוו.
- מרת שיינא רחל, די ווייב פון רבי יהושע אלעזר חודורוב, פון קאלאמייע.
זאבלאטאוו צווייג
- רבי מנחם מענדיל האגער, פון דאמיטש.
|
|