ער ליגט אויפן אויבערשטען חלק פון דעם בויך און ער איז באהאפטן צום וושט מקבל צו זיין דאס עסן. א מענטש האט נאר איינס אבער בהמות וואס זענען מעלה גרה האבן עטלעכע, ווי למשל א קו האט פֿיר מאגנס.
דער צוועק פונעם מאגן איז צו שטופן דאס עסן אין דער קליינער קישקע אריין. ווען די קליינע קישקע איז פול און איז עוסק אין פארדייען דאס עסן דינט דער מאגן איינצולאגערן דאס עסן.