דער אונטערארעם (לאטייניש: antebrachium) איז דער אפשניט פון דעם ארעם צווישן דעם עלנבויגן און דעם געלענק.
דער אונטערארעם פון א מענטש באשטייט פון צוויי לאנגע ביינער, די עלע (ulna) און די שפייכע (radius), באהאפטן מיט א מעמבראן (membrana interossea antebrachii), און באדעקט מיט א הויט, וואס דער פאדערשטער טייל איז מער האריג ווי דער הינטערשטער טייל.