דער אקסל אדער די פלייצע איז צוזאמגעשטעלט די טייל פון דעם קערפער וואס די ארעם פארבינדט זיך צו דער אויבערשטער טייל פון קערפער וואס הייסט טארסא. עס איז צאמגעשטעלט פון דריי ביינער: די קלאוויקל, (קאלער-ביין) די סקאפולע (אקסל בלעיד) און די הומערוס (אויבערשטער ארעם ביין) ווי אויך די פארבינדענע מוסקלען, ליגאמענטן און שפאנאדערן.
די ארטיקולירונג צווישן די אקסל ביינער מאכן די געלענקען. דער אקסל מוז זיין בייגנדיג פאר די ברייטע פאלץ זיך צו רוקן אהער און אהין און באוועגן די האנט אויפהייבן אראפלייגן רוקן און פירן זאכן. און עס מוז אויך זיין גענוג שטארק דאס צו ערמגליכען נוצן פאר שווערע זאכן צו שלעפןשטופן אדער שלאגן.
די גלענאהומעראל געלענק איז דאס הויפט געלענק פון די אקסלען, ווען מער רעדט פון די "אקסלען געלענק" איז געוויינליך מיינט מען דאס. עס איז א באל אין א סאקעט סארט געלענק, וואס ערלויבט די ארעם זיך צו דרייען און א רינדעכיגע אופן אדער זיך צו הינזשען צו ארויס אדער אויף ארויף אוועק פונעם קערפער. עס איז אויסגעפארעמט דורך די ארטיקולאציע צווישן די קאפ פונעם הומערוס מיטן די לאטערעל סקאפולע. די "באל" פון דעם געלענק איז די רינדעכיגע דערויסענדע אויבערפלאך פון די הומערוס און די "סאקעט" איז פארמירט דורך די גלענויד קאוועטי, די כלי-פארעם פארציע פון די לעצטער סקאפולע. די הוילקייט פון די פאסע און רעלאטיווערלויזעפארבינדונגען צווישן די אקסל און די איבעריגע קערפער ערלויבט די ארעם צו האבן ריזיגע באוועגונגען, אויף אזוי ווייט אז עס האט די גרינגסטע סכנה צו ווערן ארויסגענומען פון פלאץ מער פון אלע געלענקען פון די קערפער.
ווען א געליבטער איז אין א צרה איז דא אן אויסדרוק אז מען זאגט געב מיך דיין אקסל זיך אנצולענען, אדער אן אקסל צו וויינען דערויף. ד.ה. א בחינה פון דאגה בלב איש ישיחנה.
נאך בילדער
די לינקע פלייצע און acromioclavicular געלענקען, and the proper ligaments of the scapula.