ליברעוויל (פראַנצויזיש: Libreville "פריישטאט") איז די הויפטשטאט און די גרעסטע שטאט פון גאבאן, אין מערב־צענטראלער אפריקע. די שטאט איז א פארט אויף דער גאבאן לעפצונג, און א צענטער פאר געהילץ האנדל. די שטאט האט געהאט א באפעלקערונג פון 578,156 איינוואוינער אין 2005.
היסטאריע
אין 1846 האבן די פראנצויזן געכאפט א בראזילישע שיף וואס האט געפירט שקלאפן צו פארקויפן; זיי האבן באפרייט די שקלאפן וואס האבן געגרינדעט די שטאט ליברעוויל (פריישטאט אויף פראנצויזיש) אין 1848. פון 1934 ביז 1946 איז עס געווען דער הויפט פארט פון פראנצויזישער עקוואטארישער גינע.