באצוואַנע, אפיציעל די רעפובליק פון באצוואַנע (צוואנא: Lefatshe la Botswana) איז א לאנד איינגעשלאסן לאנד אין דרום אפריקע. באצוואַנע גרענעצט זימבאבווע צו צפון־מזרח, דרום אפריקע צו דרום־מזרח און דרום, און נאמיביע צו מערב און צפון. באצוואנע האט א קליינעם גרענעץ פון א פאר הונדערט מעטער מיט זאמביע אין צפון. דער שטח פונעם לאנד איז 581,730 קוואדראט ק"מ, פון וואס 70% איז באדעקט מיטן קאלאהארי מדבר.
די הויפטשטאט איז גאבאראן. אין 2010 איז די באפעלקערונג געווען געשאצט צו 2,029,307.