די גאַמביע (ענגליש: The Gambia), אפיציעל די רעפובליק פון דער גאמביע, איז א לאנד אין מערב אפריקע. זי איז דאס קלענסטע לאנד אויף דער יבשה פון אפריקע, מיט א שטח פון 10,500 קוואדראט ק"מ. צו צפון, מזרח און דרום גרענעצט זי סענעגאל, און אין מערב האט זי א קורצן בארטן אויפן אטלאנטישן אקעאן.
דאס לאנד געפינט זיך ארום דעם גאמביע טייך, וואס פליסט אדורך דעם לאנד אריין אינעם אטלאנטישן אקעאן. די גאמביע האט א באפעלקערונג פון 1,700,000. די הויפטשטאט איז באנזשול.