אין עלטער פון זיבן יאר האט רבי שמואל שוין געדענקט פון אויסנווענדיג תנ"ך, ביי זיין בר מצוה האט ער געקענט איבערזאגן אויסנווענדיג ששה סדרי משנה מיט דעם ספר תניא.
נאכדעם וואס זיין פאטער איז נפטר געווארן י"ג ניסןה'תרכ"ו, האבן די חסידים זיך נישט געקענט פארגלייכן וועלכן פון די זעקס קינדער זאלן זיי אויסוועלן אלס רבי, און זאל איבער נעמען דעם פאטער'ס ארט, צום ענדע האט דער בית דין געפסקנט - לויט פארשידענע אנווייזונגען פון פאטער - אז דער יונגסטער פון די ברידער רבי שמואל זאל ווערן רבי, און איבער נעמען דעם פאטער'ס ארט.
אויסער זיין גרויסקייט אין תורה איז רבי שמואל געווען זייער טאלענטפאל, ער איז געווען שטארק אויס געקענט אין מעדיצינשע וויסנטשאפט, און פארשידענע שפראכן.
הסתלקות
אין יאר ה'תרמ"ב איז ביי רבי שמואל אנטפלעקט געווארן א שווערע קרענק אין י"ג תשריה'תרמ"ג איז ער נפטר געווארן, אין עלטער פון אכט און פערציג יאר, און ער ליגט אין ליובאוויטש נעבן זיין פאטער'ס ציון.
פאמיליע
ח' סיוןה'תר"ח האט רבי שמואל געהייראט בזיווג ראשון מרת שטערנא א טאכטער פון זיין ברודער רבי חיים שניאור זלמן שניאורסאהן. זי איז נפטר געווארן דריי מאנאטן שפעטער.
אין יאר ה'תר"ט האט רבי שמואל געהייראט בזיווג שני מרת רבקה א טאכטער פון זיין פעטער הרב אהרן אלעקסאנדראוו, פון שקלאוו, אן איידעם פון רבי דובער פון ליובאוויטש, דער מיטלער רבי. זייערע קינדער:
הרב אברהם סענדער שניאורסאהן, ער איז אוועק יונגערהייט.