די דעמאקראטישע מענטשנ'ס רעפובליק פון קארעע אדער מער פאפולער מיטן נאמען צפון קארעע, איז א מזרח אזיעלאנד פלאצירט אויפן צפון האלב פון דעם קארעעישן האלבאינזל.
ווען יאפאן האט קאפיטאלירט, איז דער קארעער האלב אינדזל צעטיילט געווארן, צפון צו סאוועט רוסלאנד, און דרום צו די אנדערע אליאירטע קרעפטן. דורכאויס 1948, און אין 1949, האבן די ארמייען פון די לענדער ארויסגעטרעטן פון קארעע, די גרענעץ צווישן די סאוועטיש קאנטראלירטע צפון, און די דעמאקראטישע דרום, איז געווען לענג אויס די גארטל ליניע (געאגראפיע) 38°. די רוסן האבן אויפגעשטעלט א לאנד פון קאמוניסטישן מאדעל, אנגעפירט דורך אן ארבעטער ראט, דער פארזיצער איז געווען קים איל סאנג. ער האט שנעל נאציאנאליזירט אלע פריוואטע געשעפטן און אייגנטומס, און צעטיילט די לאנדווירטשאפט גלייך צו אלע ערד ארבעטער.
קארעע קריג
אין 1950, האט אויסגעבראכן די קארעע קריג, קים איל סאנג האט געוואלט הערשן, אויף א פאראייניקטע קארעע, מיט א גוט אויסמושטירטע ארמיי, און אסאך וואפן פון רוסלאנד, און פון כינע. סטאלין האט נישט געוואלט שטיצן א קריג אין ווייטן אזיע פון אנהייב, שפעטער האט ער איינגעגעבן, נאכן אנטוויקלען פון יאדערישע וואפן, און רוסלאנד איז געווארן א נוקלעארער גרויסמאכט.
דרום קארעע, פון די אנדערע זייט, האט געהאט א שוואך אויפגעשטעלטע ארמיי, און אומערפארן, און האט נישט געהאט דעמאלט די שטיצע פון אנדערע לענדער. אויפן 25סטן יוני 1950, האט דער צפון אנגעהויבן זייער אינוואזיע, און שנעל פאראויס מארשירט, מיט קנאפע ווידערשטאנד, און האבן איינגענומען סעאל.
אום אקטאבער האט די פאראייניקטע פעלקער, וואס האט אריינגעשיקט אן ארמיי אפצושלאגן די קאמוניסטישע אנגריף, האט אין די קאנטער-אטאקע, איינגענומען פיאנגיאנג, די קאמוניסטישע הויפטשטאט, די רעגירונג איז אנטלאפן קיין כינע.
אין נאוועמבער, האבן א האלב מיליאן כינישע זעלנער, זיך אנגעשלאסן צו די צפון קארעעישע ארמיי, און האבן צוריק איינגענומען די קאמוניסטישע הויפטשטאט אין דעצעמבער1951, און סעאל אין יאנואר1952.
מערץ 1952, האבן די טרופן פון די פאראייניקטע פעלקער, ווידעראמאל אטאקירט און צוריק איינגענומען סעאל, און מארשירט פאראויס קיין צפון. אין 1953, איז אונטערגעשריבן געווארן א פייער שטילשטאנד אפמאך, צווישן די צפון מיט כינע, מיט די דרום און די פאראייניקטע פעלקער קרעפטן. די גרענעץ איז צוריק געשטעלט געווארן, ווי עס איז געווען איידער די קריג האט אויסגעבראכן.
שלום פארהאנדלונגען
דורכאויס די יארן, זענען פילע פראוון געמאכט געווארן צו שליסן אן אפציעלן שלום אפמאך צווישן דעם קאמוניסטישן צפון מיט דרום קארעע און אירע אליאירטע, אבער אן ערפאלג.
אין 2018 האט דער אמעריקאנער פרעזידענט דאנאלד טראמפ זיך געטראפן מיטן צפון קארעער פירער קים דשאנג און אויף א ספעציעלן סאמיט אין סינגאפור, אפצייכנענדיג דעם ערשטן מאל זייט דעם קארעער קריג וואס די פירער פון די צוויי לענדער טרעפן זיך.