נעפאַל (נעפאליש: नेपाल), אפיציעל די פעדעראלע דעמאקראטישע רעפובליק פון נעפאל, איז א לאנד איינגעשלאסן לאנד אין די הימאלייע בערג אין דרום אזיע. נעפאל גרענעצט כינע צו צפון און אינדיע צו מזרח, דרום און מערב, און האט א שטח פון 147,181 קוואדראט ק"מ. מיט 30 מיליאן איינוואוניער איז עס דער 41סטע גרעסטע לאנד לויט באפעלקערונג. די הויפטשטאט איז קאטמאנדו.
אכט פון דער וועלט'ס צען העכסטע שפיצן זענען אין נעפאל, כולל דעם העכסטן בארג, עווערעסט.
דעם 25סטן אפריל 2015, האט פאסירט אן ערדציטערניש מיט מאס 7.8 אין נעפאל, 34 ק"מ מזרח פון לאמזשונג, ביי א טיף פון 15.0 ק"מ. אומגעפער 2,000 מענטשן זענען געהרגעט געווארן אין נעפאל, אינדיע און כינע.
געאגראפיע
נעפאל איז לאנג 800 ק"מ און ברייט 200 ק"מ, און באדעקט א שטח פון 147,181 קוואדראט ק"ט. דאס לאנד ליגט צווישן די גארטל ליניעס 26° און 31°N (צפון) און צווישן די מערידיאנען 80° און 89°E (מזרח).
- נעפאל
-
Kathmandu
-
Swayambhunath
-
Patan
-
Bhaktapur
-
Himalaya
-
Himalaya
-
Kaski District
-
Mustang
-
Mustang