יעקב עסטרייכער (געב' תשי"ט) איז אן אמעריקאנער יוד, אן אנטרעפענוער פון ברוקלין, ניו יארק, וועלכער איז געווען איינגעשפּארט פאר אכצן חדשים אין א תפיסה אין סאנטע קרוז, באליוויע, אן דעם וואס ער זאל ווערן פארמאל אנגעקלאגט אויף סיי וועלכן פארברעכן.
עס איז אונטערגענומען געווארן א קאמפיין אים ארויסצונעמען פון דארט און אז די אמעריקאנער רעגירונג זאל שתדל'ען פאר זיין באפרייאונג.
נאכדעם וואס א באקאנטער אקטיאר, שאן פען, האט באזוכט ביי אים אין טורמע האבן זאכן זיך אנגעהויבן טוישן פאר זיין טובה. בדרך לא דרך איז ער ארויסגעקומען פון באליוויע צוריק צו די פאראייניגטע שטאטן.