די ישראלישע ארבעטס-פארטיי, העברעאיש: העבודה , ״די ארבעט״, (גאנצער נאמען: מפלגת העבודה הישראלית) איז א פאליטישע פארטיי אין ישראל.
איר אידעאלאגיע איז סאציאל דעמאקראטיש און ציוניסטיש.
דער היינטיגער אנפירער איז אבי גבאי, דערוויילט אין יולי 2017.
די פארטיי איז געגרינדעט געווארן אין 1968 דורך א צונויפֿגאס פון דריי לינקע פארטייען : מפא"י, אחדות העבודה און רפי.
אין דעם 20סטן כנסת האט די ארבעטס-פארטיי 19 מאנדאטן, ווי א טייל פון דער ציוניסטישער לאגער פראקציע (וואס האט אינגאנצן 24 מאנדאטן).
אנפירער פון דער פארטיי
וועבלינקען