פרס איז געבוירן געווארן שמעון פערסקי אין ווישנעווע, פוילן (היינט אין בעלארוס), צו זיין פאטער יצחק פערסקי, א סוחר, און זיין מוטער שרה (מעלצער). ווען ער איז געווען א קינד אלט פיר יאר האט זיין זיידע, הרב צבי הערש מעלצער, אים גענומען צום חפץ חיים, וואס האט אים געבענטשט מיט א ברכה פאר אריכות ימים.
אין 1994 איז ער באלוינט געווארן (צוזאמען מיט אנדערע) דעם נאבעל פריז פאר שלום.
אום 13טן יוני 2007 איז ער געווארן דער 9טער פרעזידענט.
משפחה
אין 1945 האט ער געהייראט חנה שרה סאניא גל געלמאן; זיי האבן געהאט דריי קינדער: צביה וואלדן (יערי), יהונתן (יוני), נחמיה (חמי).