משנה ברורה, חפץ חיים, שמירת הלשון, זכור למרים, אהבת חסד, מחנה ישראל, ליקוטי הלכות, נדחי ישראל, ספר המצוות הקצר, חומת הדת און נאך
חתימה
דער חפץ חיים, רבי ישראל מאיר הכהן[1] פון ראדין (י"א שבט תקצ"ט - כ"ד אלול תרצ"ג), איז געווען דער גרינדער פון דער ישיבה אין ראדין, פוילן, און איינער פון די גרינדער פון אגודת ישראל. ער האט פארפאסט די איינפלוסרייכע ספרים חפץ חיים און משנה ברורה, וואס זענען ברייט אויפגענומען אין דער יידישער וועלט, און נאך א סך ספרים.
יונגע יארן
ישראל מאיר איז געבוירן געווארן אין זשעטל, ליטע (היינט בעלארוס), י"א שבט, ה'תקצ"ט. ביי די צען יאר איז ער פאר'יתומ'ט געווארן פון זיין פאטער. זיין מוטער האט חתונה געהאט א זיווג שני מיטן נאמען פאפקא. ווען ישראל מאיר איז געווען אלט 17 יאר האט ער חתונה געהאט מיט זיין שטיף-שוועסטער.
ער איז געווען א תלמיד פֿון ר' נחום'קע פֿון הורודנא.
נאך דער חתונה האט ער געוואוינט אין ראדין, א שטעטל נישט ווייט פון ווילנע. שפעטער איז ער געווארן א ראש ישיבה אין וואשילשאק, ווילנער גובערניע; דארט פלעג ער עסן ביים ראש ישיבה, רבי יצחק הכהן קאפלאן. זיין געהאלט איז געווען 50 רובל א זמן.
גיטל - ווייב פון הרב אהרן הכהן, מחבר הספר "עבודת הקרבנות".
שרה – ווייב פון הרב צבי הירש לעווינסאן, רעכטער האנט פונעם חפץ חיים אין דער ראדינער ישיבה
אברהם – נפטר אין תרנ"ב, אין זיינע 20ער יארן.
פון זיין צווייטן זיווג:
הרב אהרן הכהן קאגאן – אין די 1940ער יארן איז ער געווען רב פון א שול אין מאנטרעאל, קאנאדע. אין 1945 איז ער אריבער קיין ניו יארק. נפטר אין תשי"ז. קיינמאל נישט חתונה געהאט.