די אייזקרעם אינדוסטריע איז ווערט 10 ביליאן דאלאר פער יאר און די ענליכע פראדוקטן זענען ווערט נאכאמאל אזויפיל. אמעריקע פארלענדט דאס מערסטע אייזקרעם א יאר און קאליפארניע איז נומער איינס מיט איר גרויסע באפעלקערונג און ווארימע קלימאט. נאכדעם קומען די סטעיטס פון אינדיאנא, פענסעלוועניע, טעקסאס, און ניו יארק. אין דורכשניט קומט אויס אז יעדער אמעריקאנער עסט ארום 21.5 קווארטס פער יאר.
ווען איר ווילט קויפן אייזקרעם זאלט איר ערשט זיכער מאכן אז ער איז מילכיג און דערנאך קען מען זען די שטארקייט דערפון לויט וויפיל דער איבערגאנג פראצענט נומער איז. דאס איז די פראצענט מער ווי 100 וואס איז געווארן פון די ארגינעלע באשטאנדטיילן וואס מען האט גענוצט צו מאכן די אייזקרעם. פארגעסט נישט אז אייזקרעם איז אין טייל לופט (גענוי ווי ברויט) און ווי געדעכטער אלס בעסער אין טעם. אין ענגליש ווערט דאס אנגערופן אווערראן און זייער אסאך מאל וועט ארויסשטיין אויפ'ן שאכטל וויפיל פראצענט אווערראן דאס איז. ווי קלענער די אווערראן אלס געדיכטער.
א גרינגע וועג צו וויסן די קוואליטעט פון די אייזקרעם איז שפירן וויפיל עס וועגט. שווערע אייזקרעם מיינט אז עס איז געדיכטער ווייל די פעטנס וועגט אסאך. רוב טייערע אייזקרעם וועגט אסאך.
די סוד פון מאכן גוטע אייזקרעם קען מען שווער אויסגעפונען אליינס און דאס גייט אראפ פון דור צו דור דורך די גוטע אייזקרעם מאכער. זינט די אינדוסטריע איז אזוי גרויס איז היינט פאראן אוניווערסיטעטן וועלכע גיבן לעקציעס צו מאכן גוטע אייזקרעם. דער פענסעלוועניע שטאטס אוניווערסיטעט גיט אזעלכע לעקציעס אין אמעריקע און די מילכפראדוקטן וויסנשאפט און טעכנאלאגיע שולע פון אנטעריא גיט די לעקציעס פאר קאנאדער.
אייזקרעם איז געווארן זער פאפולער איבער דער וועלט אין צווייטן העלפט פונעם 20סטן יארהונדערט ווען פרידזשידערן זענען געווארן ביליג. מ'האט געמאכט נאך און נאך באזונדערע טעמים פון אייזקרעם, און די פירמעס האבן זיך קאנקורירט אין דעם.
האוואר דזשאנסאנס האבן געמאלדן 28 טעמים אין זייערע רעסטאראנען, און באסקין-ראבינס האבן זיך בארימט מיט 341 טעמים ("איינער פאר יעדן טאג פונעם מאנאט").
כשר אייזקרעם
עס זענען פאראן א רייע כשר'ע אייזקרעם פירמעס אין ניו יארק און אין מדינת ישראל.
אסאך אייזקרעם אין די מארקעט זענען כשר מיט הכשרים פון או.יו. אדער ענליך. אבער גאר אסאך דערפון זענען געמאכט פון חלב עכו"ם און די וועלכע נוצן נישט חלב עכו"ם קענען נישט געניסן דערפון.
היסטאריע
די היסטאריע פון אייזקרעם גייט צוריק הונדערטער יארן און אפשר גאר טויזענטער און שטאמט ווארשיינליך פון אזיע. עס מוז באמערקט ווערן אז די מעגליכקייט צו מאכן אייזקרעם איז געווען זייער באגרעניצט זינט עס איז נישט געווען קיין רעפרידזשעירעיטאר וואו עס צו האלטן. מען פלעגט נוצן שטיקער אייז וועלכע מען האט גענומען אין דער ווינטער פון די לעיקס און דאס באהאלטן אין די ערד ארומגענומען מיט שטרוי צו האלטן קאלט.
די אייזקרעם פון אמאל איז פשטות נישט געווען קיין אייזקרעם לויט די היינטיגע סטאנדארטן נאר ענדערש א מילכיגע קאלטע מאכל וועלכע נאר די רייכע האבן זיך געקענט ערלויבן. די מאדערנע אייזקרעם איז אויסגעטראפן אין אמעריקע אין 846' דורך א פרוי מיט'ן נאמען נענסי דזשאנסאן. איר אויסטרעף איז געווען א וועג וויאזוי צו פראדוצירן אייזקרעם און דאס מישן און פרירן אין די זעלבע צייט. דאס האט זי געמאכט מיט שטיקער אייז און זאלץ וועלכע איז געהאלטן געווארן אין א שאכטל און אין דעם שאכטל האט זי אריינגעלייגט א צווייטע שאכטל אין וועלכע זי האט געמאכט דעם געמיש. די זאלץ האט אויפגעלאזט די אייז אבער האט ערמעגליכט צו האלטן די טעמפרעאטור פון די פליסיגע וואסער נידעריגער ווי לויטערע וואסער וואס האט געגעבן די אייזקרעם בעסערע קאנטאקט מיט די קאלטקייט.
מיט דזשאנסאנ'ס אויסטרעף איז אייזקרעם פארשפרייט געווארן און אויך די ארימע האבן צום ערשטן מאל געקענט האנה האבן דערפון. מען האט געקויפט שטיקער אייז אין געשעפט און גענוצט זאלץ צו מאכן אייזקרעם.
ווען פרידזשידערן זענען געווארן פארשפרייט אין די 920' יארן איז אייזקרעם געווארן א שטארקע פראדוקט און מערערע פירמעס האבן דאס פראדוצירט און פארשפרייט. אמעריקאנער האבן שטארק געגליכן אייזקרעם, אויף אזוי ווייט אז דורכאויס די ערשטע וועלט קריג ווען די רעגירונג האט באגרעניצט צוקער האבן די אייזקרעם פירמעס איבערגעצייגט קאנגרעס אז אייזקרעם איז היינט א מאכל וואס איז א טייל פון אמעריקאנער קולטור און מען קען דאס נישט אפשטעלן. עס איז זיי געלונגן און די רעגירונג האט זיי פארקויפט צוקער און אייזקרעם האט איבערלעבט די מלחמה.
די אייזקרעם קאון האבן די פראנצויזן אויסגעטראפן אין די ערשטע יארן פון 900'. אין אמעריקע האט אן איטאליענער אימיגראנט אויסגעטראפן די זעלבע געדאנק און האט געמאכט א פאטענט מיט די רעגירונג אבער ווען ער איז געווען פארטיג איז ער געוואויר געווארן אז די פראנצויזן עסן שוין אייזקרעם מיט קאונס און עס איז אים נישט געלונגן צו מאכן געלט.
היינט איז אייזקרעם פארשפרייט אין אלע ווינקלען פון דער וועלט אבער איז פארבליבן אן אמעריקאנער טראדיציע.