פעריאדישע טאבעלע

דמיטרי מענדלעעוו 1834-1907

די פעריאדישע טאבעלע פון די כעמישע עלעמענטן איז א טאבעלירטע מעטאדע צו ווײַזן די כעמישע עלעמענטן. זי איז ערפֿינדן פונעם רוסישן כעמיקער דמיטרי מענדלעעוו אום 1869. מענדלעעוו האט געהאט אינזינען אז די טאבעלע וועט ווײַזן אז דער סדר פון די עלעמענטן האט א גאנג וואס חזרט זיך איבער ("פעריאדיש"). במשך די יארן האט מען פארברייטערט דעם אויסלייג פון דער טאבעלע, ווען מען האט אנטפלעקט נייע עלעמענטן.[1]

די טאבעלע ווערט ברייט אנגעווענדט אין כעמיע, פיזיק, ביאלאגיע און אינזשעניריע, ספעציעל כעמישע אינזשעניריע. די סטאנדארטע טאבעלע אנטהאלט 118 עלעמענטן (דעצעמבער, 2015).

די רייעס פון דער טאבעלע רופט מען פעריאדן; די זיילן רופט מען גרופעס. זעקס גרופעס (זיילן) האבן אויך נעמען אויך נומערן: צום ביישפיל, גרופע 17 עלעמענטן זענען די האלאגענס; און גרופע 18, די איידעלע גאזן. פון דער פעריאדישער טאבעלע קען מען ארויסדרינגען פארהעלטענישן צווישן די אייגנשאפטן פון די עלעמענטן, און מען קען פֿאראויסזאגן די אייגנשאפטן פון נייע עלעמענט וואס מען האט נאך נישט אנטפלעקט. די פעריאדישע טאבעלע איז א ניצבארער ראם צו אנאליזירן כעמישע אויפפירונג און איז ברייט באניצט אין כעמיע און אנדערע וויסנשאפטן.

אנדערע כעמיקער אחוץ מענדלעעוו האבן פארגעשטעלט פארשידענע טאבעלעס פון די כעמישע עלעמענטן, אבער מענדעלעעוו׳ס איז געווען די מערסט געלונגענע. אריגינעל האט ער אריינגעלייגט די עלעמענטן לויטן סדר פון זייער אטאמישן געוויכט, אבער היינט איז די טאבעלע אויסגעלייגט לויטן אטאמישן נומער. דער גרויסער דערפאלג פון מענדעלעעוו׳ס טאבעלע איז געווען פאראויסזאגן די עלעמענטן סקאנדיום, גאליום און גערמאניום, וואס מען האט נישט געוואוסט פון זיי ווען ער האט געשאפן זיין טאבעלע, אבער שפעטער האט מען זיי אנטפלעקט גענוי אין די פעלנדע פלעצער אין דער טאבעלע.

איבערבליק

גרופע ← 18 17 16 15 14 13 12 11 10 9 8 7 6 5 4 3 2 1
פעריאד
1 2
He

1
H
2 10
Ne
9
F
8
O
7
N
6
C
5
B

4
Be
3
Li
3 18
Ar
17
Cl
16
S
15
P
14
Si
13
Al

12
Mg
11
Na
4 36
Kr
35
Br
34
Se
33
As
32
Ge
31
Ga
30
Zn
29
Cu
28
Ni
27
Co
26
Fe
25
Mn
24
Cr
23
V
22
Ti
21
Sc
20
Ca
19
K
5 54
Xe
53
I
52
Te
51
Sb
50
Sn
49
In
48
Cd
47
Ag
46
Pd
45
Rh
44
Ru
43
Tc
42
Mo
41
Nb
40
Zr
39
Y
38
Sr
37
Rb
6 86
Rn
85
At
84
Po
83
Bi
82
Pb
81
Tl
80
Hg
79
Au
78
Pt
77
Ir
76
Os
75
Re
74
W
73
Ta
72
Hf
* 56
Ba
55
Cs
7 118
Og
117
Ts
116
Lv
115
Mc
114
Fl
113
Nh
112
Cn
111
Rg
110
Ds
109
Mt
108
Hs
107
Bh
106
Sg
105
Db
104
Rf
** 88
Ra
87
Fr

* לאנטאנידן: 71
Lu
70
Yb
69
Tm
68
Er
67
Ho
66
Dy
65
Tb
64
Gd
63
Eu
62
Sm
61
Pm
60
Nd
59
Pr
58
Ce
57
La

** אקטינידן: 103
Lr
102
No
101
Md
100
Fm
99
Es
98
Cf
97
Bk
96
Cm
95
Am
94
Pu
93
Np
92
U
91
Pa
90
Th
89
Ac

די פֿארבן פון די אטאם נומערן ווײַזן דעם צושטאנד ביי נארמאלע טעמפעראטור (0º) און דריק:
בלוי - פליסיקייטן ; גרין - גאזן, שווארץ - סאלידן; גרא -אומבאקאנט.
רויט - עלעמענטן וואס מען געפינט נישט אין נאטור, נאר געמאכט.

יעדער כעמישער עלעמענט האט א באזונדערע אטאם-נומער (Z) וואס רעפרעזענטירט די צאל פראטאנען אין זיין קערן. רוב עלעמענטן האבן פֿארשיידענע צאלן נייטראנען צווישן פֿארשיידענע אטאמען, און די וואריאנטן ווערן גערופן איזאטאפן. צום ביישפיל, קוילנשטאף האט דריי נאטירלעכע איזאטאפן: אלע זיינע אטאמען האבן זעקס פראטאנען און כמעט אלע האבן אויך זעקס נייטראנען, אבער אומעגעפער איין פראצענט האבן זיבן נייטראנען, און גאר א קליינע צאל האבן אכט נייטראנען. מען צעטיילט נישט איזאטאפן אין דער פעריאדישער טאבעלע; זיי ווערן שטענדיג געזאמלט צוזאמען אונטער איין עלעמענט. עלעמנעטן וואס האבן נישט קיין סטאבילע איזאטאפן האבן די אטאם־מאסעס פון זייערע מערסט סטאבילע איזאטאפן געשריבן איינגעקלאמערט.

אין דער סטאנדארטער פעריאדישער טאבעלע באשיינען די עלעמענטן לויטן סדר פון אטאם־נומער (די צאל פראטאנען אינעם קערן פון אן אטאם) ארויף. א נייע רייע (פעריאד) הייבט אן ווען א נייע עלעקטראן־שאָל האט זיין ערשטן עלעקטראן. זיילן (גרופעס) ווערן באשטימט דורך דער עלעקטראן קאנפֿיגוראציע פונעם אטאם; עלעמענטן מיט דער זעלבער צאָל עלעקטראן אין א געוויסן אונטער־שאל ליגן אין די זעלבע זיילן (למשל וואסערשטאף און סעלעניום באווייזן זיך אינעם זעלבן זייל ווייל זיי האבן ביידע פֿיר עלעקטראנען אינעם דרויסנדיקן p-אונטערשאָל). עלעמענטן מיט ענלעכע כעמישע אייגנשאפֿטן ליגן געוויינטלעך אין דער זעלבער גרופע אין דער פעריאדישער טאבעלע, אויבוואויל אינעם f-בלאק, און אמאל אויך אינעם d-בלאק, האבן אויך עלעמענטן אינעם זעלבן פעריאד ענלעכע אייגנשאפֿטן. אזוי איז פארהעלטנמעסיק גאנץ גרינג פאראויסזאגן די כעמישע אייגנשאפטן פון אן עלעמענט אז מען ווייסט שוין די אייגנשאפטן פון די ארומיגע עלעמענטן.[2]

היינט (2016) האט די פעריאדישע טאבעלע 118 באשטימטע עלעמענטן, פון עלעמענט 1 (וואסערשטאף) ביז 118 (אגענאסאן). די עלעמענטן 113, 115, 117 און 118 האט דער אינטערנאציאנאלער פֿאריין פון ריינער און אנגעווענדעטע כעמיע (IUPAC) אפיציעל באשטעטיקט אין דעצעמבער 2015. זייערע פארגעשלאגענע נעמען, ניהאניום (Nh), מאסקאוויום (Mc), טענעסין (Ts) און אגאַנעסאן (Og) האט IUPAC געמאלדן אין יוני 2016.‏[3][4] מען האט נישט אפראבירט פֿארמעל ביז נאך א תקופה פון פינעף חדשים פאר הערות וואס לאזט אויס אין נאוועמבער 2016.‏[5] ביז דעמאלסט זענען זיי געווען באקאנט מיט זייער אטאמישן נומער (למשל "עלעמענט 113"), אדער מיט זייער פראוויזארישן סיסטעמאטישן נאמען ("אונאונטריום", סימבאל "Uut"). אום 1טן דעצעמבער האט מען אפיציעל אנגענומען די נייע נעמען.

די ערשטע 94 עלעמענטן פאסירן נאטורליך; די איבעריגע 24, פון אמעריקיום ביז אגאנעסאן (95–118) פאסירן נאר ווען מען סינטעזירט זיי אין דער לאבאראטאריע.

גרופעס

א גרופע אין דער פעריאדישער טאבעלע איז נארוועלכער זייל פון עלעמענטן מיט אייניקע אייגנשאפטן, וואס זענען באצייכענט דורך די עלעקטראנען אין דער דרויסנדיקער שיכטע. עס זענען פאראן אינגאנצן אכט גרופעס פון עלעמענטן:

  • גרופע 1: די אלקאלי מעטאלן זענען די מערסט רעאגירדיקע עלעמענטן, און ווען זיי ווערן געמישט מיט וואסער שאפן זיי זויערן. די עלעמענטן שליסן איין: וואסערשטאף (H) און ליטיום (Li)
  • גרופע 2: די אלקאלי ערד מעטאלן
  • גרופע 3: די באר פאמיליע
  • גרופע 4: די קוילנשטאף פאמיליע
  • גרופע 5: די אזאט פאמיליע
  • גרופע 6: די זויערשטאף פאמיליע (כאלקאגענען)
  • גרופע 7: די האלאגענען אדער פלואר פאמיליע. די זענען נישט גאר רעאגירדיק אבער זיי רעאגירן.
  • גרועפ 8: די איידעלע גאזן אדער העליום פאמיליע/נעאן פאמיליע. מען רופט זיי איידעלע גאזן ווייל כמעט רעאגירן זיי נישט. די עלעמענטן שליסן איין :העליום (He) און ארגאן (Ar)

פעריאדן

א פעריאד איז א האריזאנטאלישע שורה אין דער פעריאדישער טאבעלע. כאטש אין אלגעמיין האבן גרופעס שטערקערע פעריאדישע טענדענצן, עס זענען פאראן טיילן וואו די האריזאנטאלישע טענדענצן זענען מער חשוב ווי די ווערטיקאלע גרופע טענדענצן, למשל דער f-בלאק, וואו די לאנטאנידן און אקטינידן שאפן צוויי ממשותדיקע האריזאנטאלישע סעריעס פון עלעמענטן.[6]

עלעמענטן אינעם זעלבן פעריאד האבן טענדענצן אין אטאם־ראדיוס, יאניזאציע ענערגיע און עלעקטראנען נאענטשאפט. אז מען גייט פון לינקס אויף רעכטס אריבער א פעריאד, געוויינלעך גייט אראפ דער אטאם ראדיוס. דאס פאסירט ווייל יעדער פאלגנדער עלעמענט האט א צוגעשטעלטע פראטאן און עלעקטראן, וואס איז גורם אז דער עלעקטראן זאל ווערן צוגעצויגן צום קערן.[7] די דאזיקע ירידה אין אטאם־ראדיוס פועל׳ט אויך אז די יאניזאציע ענערגיע זאל זיך מערן ווען מען גייט פון לינקס אויף רעכטס אריבער א פעריאד. וואס מער שטארק געבונדן איז אן עלעמענט, וואס מער ענערגיע ווערט געפאדערט אוועקצונעמען אן עלעקטראן. אוי ווייזט עלעקטראנען נאענטשאפט עפעס א טענדענץ אריבער א פעריאד. מעטאלן (לינקע זייט פון א פעריאד) האבן אין אלגעמיין א נידעריגערע עלעקטראנען נאענטשאפט ווי נישט־מעטאלן (רעכטע זייט פון א פעריאד), אחוץ די איידעלע גאזן.[8]

מעטאלן, האלבמעטאלן און נישט־מעטאלן

לויט זייערע פיזישע און כעמישע אייגנשאפטן, קען מען קלאסיפיצירן די עלעמענטן אין די הויפט־קאטעגאריעס מעטאלן, האלבמעטאלן און נישט-מעטאלן. מעטאלן זענען אין אלגעמיין גלאנציקע סאלידן וואס זענען גוטע דורכפירערס וואס שאפן געשמעלצן איינס מיט אנאנד, און (אחוץ פון די איידעלע גאזן) יאנישע פארבינדונגען ענלעך צו זאלץ מיט נישט־מעטאלן. נישט־מעטאלן זענען מערסטנס קאלירטע אדער נישט־קאלירטע איזאלירנדע גאזן; נישט־מעטאלן וואס פארבינדן מיט אנדערע נישט־מעטאלן ווייזן קאוואַלענטע בינדונג. צווישן מעטאלן און נישט־מעטאלן געפינען זיך האלבמעטאלן, וואס האבן אינצווישנדיקע אדער געמישטע אייגנשאפטן.[9]

אפענע פראגעס און קאנטראווערסיעס

עלעמענטן מיט אומבאוואוסטע כעמישע אייגנשאפטן

כאטש מען האט אנטפלעקט אלע עלעמענטן ביז אגאנעסאן, פון די עלעמענטן העכער האסיום (עלעמענט 108), האבן נאר קאפערניקום (עלעמענט 112) און פלעראוויום (עלעמענט 114) באוואוסטע כעמישע אייגנשאפטן. די אנדערע עלעמענטן זענען מעגלעך אנדערש ווי מען וואלט פארויסגעזאגט דרוך עקסטראפאלאציע, צוליב רעלאטיוויסטישע עפעקטן; צום ביישפיל, ס׳איז פאראויסגעזאגט אז פלעראוויום האט אפשר אייגנשאפטן פון די איידעלע גאזן , כאטש דערווייל ליגט ער אין דער קוילנשטאף גרופע.[10] לעצטיקע עקספערימענטן אבער לייגן פאר אז פעראוויום איז ענלעך צו בליי, אזוי מען וואלט טאקע געמיינט לויט זיין פלאץ אין דער פעריאדישער טאבעלע.[11]

רעפערענצן

  1. IUPAC ארטיקל וועגן פעריאדישער טאבעלע, archived from the original on 2008-02-13, https://web.archive.org/web/20080213082719/http://www.iupac.org/didac/Didac%20Eng/Didac01/Content/S01.htm, דערגרייכט 2008-07-01 
  2. Gray, זייט 6
  3. CNN, Ashley Strickland. נייע עלעמענטן אויף דער פעריאדישער טאבעלע באקומען נעמען.
  4. Discovery and assignment of elements with atomic numbers 113, 115, 117 and 118. International Union of Pure and Applied Chemistry (‏2015-12-30).
  5. Hello, Nihonium. Scientists Name 4 New Elements On The Periodic Table.
  6. Stoker, S. H. (2007). General, organic, and biological chemistry. New York: Houghton Mifflin, 68. ISBN 978-0-618-73063-6. OCLC 52445586. 
  7. Mascetta, J. (2003). Chemistry The Easy Way, 4th, New York: Hauppauge, 50. ISBN 978-0-7641-1978-1. OCLC 52047235. 
  8. (2009) Chemistry and Chemical Reactivity, Volume 2, 7th, Belmont: Thomson Brooks/Cole, 324. ISBN 978-0-495-38712-1. OCLC 220756597. 
  9. (2006) Chemistry: The molecular nature of matter and change, 4th, New York: McGraw-Hill, 536. ISBN 0-07-111658-3. 
  10. Schändel, M (2003). The Chemistry of Superheavy Elements. Dordrecht: Kluwer Academic Publishers, 277. ISBN 1-4020-1250-0. 
  11. Scerri 2011, pp. 142–143

וועבלינקען

Read other articles:

Exchangeable Image FileContoh EXIF pada foto yang diunggah di Wikimedia CommonsEkstensi berkas.JPG, .TIF, .WAVDikembangkanolehJEIDA, sekarang JEITA, CIPARilis pertama1995 (1995)Rilis terbaru2.3 / 26 April 2010; 13 tahun lalu (2010-04-26), direvisi 20 Desember 2012; 11 tahun lalu (2012-12-20)Pengembangan dariTIFF, JPEG, WAVDikembangkan menjadiDCF Exchangeable image file (resmi disingkat Exif atau EXIF), berdasarkan spesifikasi JEIDA/JEITA/CIPA adalah for...

 

Artikel ini membutuhkan rujukan tambahan agar kualitasnya dapat dipastikan. Mohon bantu kami mengembangkan artikel ini dengan cara menambahkan rujukan ke sumber tepercaya. Pernyataan tak bersumber bisa saja dipertentangkan dan dihapus.Cari sumber: Nasi goreng – berita · surat kabar · buku · cendekiawan · JSTOR Halaman ini berisi artikel tentang jenis makanan dari masakan di berbagai negara. Untuk makanan khas Indonesia, lihat Nasi goreng (Indonesia). A...

 

追晉陸軍二級上將趙家驤將軍个人资料出生1910年 大清河南省衛輝府汲縣逝世1958年8月23日(1958歲—08—23)(47—48歲) † 中華民國福建省金門縣国籍 中華民國政党 中國國民黨获奖 青天白日勳章(追贈)军事背景效忠 中華民國服役 國民革命軍 中華民國陸軍服役时间1924年-1958年军衔 二級上將 (追晉)部队四十七師指挥東北剿匪總司令部參謀長陸軍�...

City in Emilia-Romagna, Italy For the province, see Province of Reggio Emilia. For the educational method, see Reggio Emilia approach. For the basketball club, see Pallacanestro Reggiana. Comune in Emilia-Romagna, ItalyReggio Emilia Rèz (Emilian)ComuneComune di Reggio nell'EmiliaPiazza San Prospero in Reggio Emilia FlagCoat of armsLocation of Reggio Emilia Reggio EmiliaLocation of Reggio Emilia in ItalyShow map of ItalyReggio EmiliaReggio Emilia (Emilia-Romagna)Show map of Emilia-Romagn...

 

Cet article est une ébauche concernant une localité canadienne et la Saskatchewan. Vous pouvez partager vos connaissances en l’améliorant (comment ?) selon les recommandations des projets correspondants. Cut KnifeGéographiePays  CanadaProvince SaskatchewanSuperficie 1,99 km2Coordonnées 52° 44′ 44″ N, 109° 01′ 14″ OIdentifiantsCGT 4713098TGN 1015887Site web www.townofcutknife.camodifier - modifier le code - modifier Wikidata Cut Knife e...

 

У этого термина существуют и другие значения, см. Обири (значения). Хеллен Обириангл. Hellen Obiri Общая информация Полное имя Hellen Onsando Obiri Дата и место рождения 13 декабря 1989(1989-12-13)[1] (34 года)Кисии[d], Кения Гражданство  Кения IAAF 14424921 Международные медали Лёгкая атлетика О�...

Newspaper from Ecuador El ComercioTypeDaily newspaperFormatBroadsheetOwner(s)Grupo El Comercio C. A.Editor-in-chiefNoneEditorNoneFounded1906Political alignmentCenter-rightConservativeLanguageSpanishHeadquartersAvenida Pedro Vicente Maldonado 11515. Quito, EcuadorCirculation40.000 Daily 78.000 SundayWebsiteelcomercio.com El Comercio was a daily Ecuadorian newspaper in Quito. It covers news from inside and outside the country, although its focus is primarily on the former, especially on Quito, ...

 

1954 British comedy film by Frank Launder The Belles of St Trinian'sDVD coverDirected byFrank LaunderWritten byFrank LaunderSidney GilliatVal ValentineBased onSt Trinian's cartoons by Ronald SearleProduced byFrank LaunderSidney GilliatStarringAlastair SimJoyce GrenfellGeorge ColeHermione BaddeleyCinematographyStanley PaveyEdited byThelma ConnellMusic byMalcolm ArnoldProductioncompaniesLondon Films Individual PicturesDistributed byBritish Lion FilmsRelease date 28 September 1954 ...

 

English and British & Irish Lions rugby union footballer Rugby playerBen Kay MBEBirth nameBenedict James KayDate of birth (1975-12-14) 14 December 1975 (age 48)Place of birthLiverpool, EnglandHeight6 ft 6 in (1.98 m)Weight120 kg (265 lb; 18 st 13 lb)SchoolMerchant Taylors' Boys' School, CrosbyUniversityLoughborough UniversityNotable relative(s)Sir John Kay (father)Dame Amanda Yip (sister)SpouseVirginia KayChildren4 (Jemima, Walter, Digby, Pippa)Rugb...

Use of radio waves to carry information This article is about the technology. For other uses, see Radio (disambiguation). An antenna farm hosting various radio antennas on Sandia Peak near Albuquerque, New Mexico, US Radio is the technology of communicating using radio waves.[1][2][3] Radio waves are electromagnetic waves of frequency between 3 hertz (Hz) and 300 gigahertz (GHz). They are generated by an electronic device called a transmitter connected to an ...

 

Artikel ini sebatang kara, artinya tidak ada artikel lain yang memiliki pranala balik ke halaman ini.Bantulah menambah pranala ke artikel ini dari artikel yang berhubungan atau coba peralatan pencari pranala.Tag ini diberikan pada Oktober 2022. Biaya komitmen atau biaya ikat janji (bahasa inggris: Commitment Fee) merupakan biaya yang dibebankan oleh pihak pemberi pijaman atas kesediaannya memberikan jumlah kredit berupa uang dengan suku bunga dan dalam waktu yang disepakati. Biaya komitmen se...

 

Slovenian Naval Detachment430th Naval Division430th Naval DivisionFounded1993Country SloveniaTypeCoastal defense forceRoleDefending the sovereignty of the Slovenian seaPart ofSlovenian Armed ForcesCommand HQSlovenian Naval BarracksMarchMarch of the Slovenian NavyEquipment3 vesselsEngagements Operation Atalanta Operation Mare Nostrum Operation Sophia InsigniaNaval ensignNaval jack[1]Military unit The Slovenian Navy, officially the 430th Naval Division (also 430th Naval Sectio...

Painting by John Gast For the newspaper, see American Progress (newspaper). For the 1937 mural, see Josep Maria Sert. American ProgressArtistJohn GastYear1872 (1872)MediumOil on canvasSubjectManifest destiny, Settler colonialismDimensions11 1/2 in × 15 3/4 in. (29.2 cm × 40 cm)LocationAutry Museum of the American West, Los Angeles, CaliforniaOwnerAutry Museum of the American WestAccession92.126.1WebsiteExhibit website American Progress is an 1872 painting by John Gast, a Prussian-born ...

 

يفتقر محتوى هذه المقالة إلى الاستشهاد بمصادر. فضلاً، ساهم في تطوير هذه المقالة من خلال إضافة مصادر موثوق بها. أي معلومات غير موثقة يمكن التشكيك بها وإزالتها. (أكتوبر 2023) هذه المقالة يتيمة إذ تصل إليها مقالات أخرى قليلة جدًا. فضلًا، ساعد بإضافة وصلة إليها في مقالات متعلقة بها...

 

Spanish footballer In this Spanish name, the first or paternal surname is Iturregi and the second or maternal family name is Sustatxa. Iraia Iturregi in 2017Personal informationFull name Iraia Iturregi SustatxaDate of birth (1985-04-24) 24 April 1985 (age 39)Place of birth Bilbao, Basque Country, SpainHeight 1.62 m (5 ft 4 in)Position(s) Defender, midfielderTeam informationCurrent team Athletic Bilbao (head coach)College careerYears Team Apps (Gls)2006 Florida Stat...

ماريو ريزيتو معلومات شخصية الميلاد سنة 1945 (العمر 78–79 سنة)  باذوة  مواطنة مملكة إيطاليا (–18 يونيو 1946) إيطاليا (19 يونيو 1946–)  الحياة العملية المدرسة الأم جامعة بادوفا  المهنة طبيب،  وعالم فيروسات،  وأستاذ جامعي  اللغات الإيطالية،  والإنجليزية  مجال ا...

 

この記事は検証可能な参考文献や出典が全く示されていないか、不十分です。 出典を追加して記事の信頼性向上にご協力ください。(このテンプレートの使い方)出典検索?: ホーリネス運動 – ニュース · 書籍 · スカラー · CiNii · J-STAGE · NDL · dlib.jp · ジャパンサーチ · TWL (2022年2月) 福音派・きよめ派の源流の一つホーリネス ...

 

北アイルランド、ダウン州スカルバのハンギングバスケット イギリス、ソーンベリーの町に展開するハンギングバスケット ハンギングバスケット(hanging basket)観葉植物を育てるために使用される吊り下げられた園芸容器。 通常、庭のスペースが重要視される建物や、環境改善のために街路のファニチャーから吊り下げられる。また、ハンギングバスケット・ツリーと...

Fundamental unit of which graphs are formed For other uses, see Vertex (disambiguation). This article includes a list of general references, but it lacks sufficient corresponding inline citations. Please help to improve this article by introducing more precise citations. (February 2014) (Learn how and when to remove this message) A graph with 6 vertices and 7 edges where the vertex number 6 on the far-left is a leaf vertex or a pendant vertex In discrete mathematics, and more specifically in ...

 

Chilperico IRitratto di Chilperico I su medaglia bronzea del 1720 circa di Jean Dassier (1676-1763)Re dei Franchi di Soissons, regnava sull'Austrasia del nord-ovest[1]In carica561 –584 PredecessoreClotario I SuccessoreClotario II Nascita535 circa MorteChelles, settembre o ottobre 584 DinastiaMerovingi PadreClotario I MadreAregonda ConiugiAudoveraGalsuindaFredegonda FigliTeodebertoMeroveoClodoveoBasina eClodesinde, di primo lettoRigondaClodebertoSansoneDagobertoTeodorico e...