די עלבע (/ˈɛlbᵊ/ ; טשעכיש: Labe (help·info)[ˈlabɛ]; דייטש:Elbe[ˈɛlbə]; נידערדייטש: Elv) איז איינער פון די הויפט טייכן פון צענטראל-אייראפע. ער קומט ארויס אין די קרקנאזע בערג אין צפון טשעכיי און פליסט אדורך בעהמען (טשעכיי) און דערנאך דייטשלאנד ביז ער פליסט אין צפון ים אריין ביי קוקסהאוון, 110 ק״מ צפון־מערב פון האמבורג. זיין גאנצע לענג איז 1,094 קילאמעטער.[1]