א טײַך איז א נאטורליכער וואסער וועג, וואס רוקט פריש וואסער אריבער א לאנד אפשניט פון העכער צו נידעריגער שטאפלס, און איז א וויכטיגער באשטאנדטייל פון דער וואסער צירקולאציע. דאס וואסער אין א טייך קען זיין פון קוואלן אדער וואס רינט אפ פון די ברעגן אדער וואס צעלאזט זיך פון א גלעטשער.
ע"פ רוב דאס וואסער אין דעם טייך פֿליסט אין א ים, אקעאן אדער אן אזערע.
אין דער היסטאריע פון דער וועלט האבן מענטשן זיך באזעצט א יישוב ביי די ברעגן פון א טייך. די גרויסע וועלט ציוויליזאציעס האבן זיך אנטוויקלט אין די טאלן פון טייכן: מעסאפאטאמיע (טאל פון פרת און חידקל), אינדוס טאל, טאל פונעם געלן טייך און טאל פון נילוס.
דער טייך פארזארגט די איינוואוינער מיט וואסער צו טרינקען און פאר באוואסערונג, פיש צו עסן, אן ארט זיך צו וואשן און צו וואשן וועש, זאמד פאר בויען, א פרוכבארן ערדשיכט, קראפט צו באוועגן וואסערמילן, א באקוועמען וועג פאר פארקער און טראנספארט. היינטיקע צייטן ניצט מען אויס גיכע טייך פאר הידראעלעקטרישער ענערגיע און אויך א וועג אוועקצונעמען די פאמויעס און פאבריקן אפפאל.
טייכן ניצט מען ווי א מקור פון וואסער, צו באקומען עסן, פאר טראנספארט, אלס שוץ, ווי א מקור פון קראפט צו אפערירן מילן און אנדערע מאשינען, צו שאפן עלעקרטריע, צו שווימען, און אויך אלס מיטל פטור צו ווערן פון אפפֿאַל.
שוין טויזנטער יארן וואס מען ניצט טייכן פאר נאוויגאציע. דאס ערשטע עדות פון ניצן א טייך פאר נאוויגאציע האט מען געטראפן אינעם אינדוס טאל, אין צפון־מערב אינדיע. טייך נאוויגאציע קען זיין ביליג, און ווערט נאך געניצט היינט אויף רוב פון די גרויסע טייכן, ווי דער אמאזאנאס, דער גאנגעס, דער נילוס, די מיסיסיפי און דער אינדוס.
אין ראיאנען מיט גרויסע וועלדער ווי סקאנדינאוויע און קאנאדע ניצן האלצהעקער דעם טייך צו לאזן שווימען אראפגעהאקטע ביימער שטראם-אראפ צו געהילץ לאגערן וואו מען פראצעסירט דעם האלץ. אזוי שפארט מען איין א סאך מי און געלט אז מען טראנספארטירט גאר גרויסע און שווערע קלעצער דורך נאטורליכע מיטלען. מען פלעג אמאל ניצן דעם ווייסל אין פוילן פאר דעם צוועק צו טראנספארטירן די קלעצער קיין דאנציג.
טייכן זענען אלעמאל געווען וויכטיג צו שאפן פאליטישע גרענעצן און צו פארטיידיקן לענדער. צו ביישפיל, דער דוניי איז געווען א לאנגיעריגער גרענעץ פון דער רוימישער אימפעריע, און אויך היינט איז ער כמעט דער גרענעץ צווישן בולגאריע און ראמעניע. דער מיסיסיפי טייך אין צפון אמעריקע און דער ריין אין אייראפע זענען הויפט מזרח־מערב גרענעצן. אין דרום אפריקע זענען די אראנזש און לימפאפא טייכן זענען די גרענעצן פון לענדער און פראווינצן לעגאויס זייערע רוטעס.
די לענגסטע טייכן אין דער וועלט
דאס איז א ליסטע פון די לענגסטע טייכן אין דער וועלט וואס גיסן אריין אין א ים (און נישט אין אן אנדער טייך).