סלאוואַקיש איז אַ סלאַװישע שפּראַך װאָס געהערט צו דער גרופּע פֿון די מערבֿ סלאַװישע שפּראַכען, צוזאַמען מיט פויליש, טשעכיש און סארביש, די סלאוואקישע שפּראַך שרײַבט מען מיט גלחישע (לאטיינישע) אותיות.
סלאוואקיש איז די הויפּט שפּראַך פֿון סלאוואקיי. סלאוואקיש איז גאנץ ענלעך צו טשעכיש, און די רעדערס פון די צוויי שפראכן קענען איינער אנאנד פארשטיין.
זיבן מיליאן מענטשן רעדן סלאוואקיש, פון זיי פינף מיליאן אין סלאוואקיי. אנדערע רעדער וואוינען אין די פאראייניגטע שטאטן (500,000), טשעכיי (320,000), צפון סערביע (60,000),
אירלאנד (30,000), רומעניע (22,000), אונגארן (20,000), פוילן (20,000), קאנאדע (20,000), קראאטיע (5,000), אויסטראליע, עסטרייך, אוקראינע, און בולגאריע.