בעלארוסיש אדער ווײַסרוסיש (беларуская мова בעלאַרוסקאַיאַ מאָוואַ) איז א מזרח-סלאווישע שפראך וואס מ'רעדט אין בעלארוס. מ'רעדט בעלארוסיש אויך אין רוסלאנד, אוקראינע און פוילן.
לויטן צענזוס אין בעלארוס רעדן 3,686,000 (36.7%) איינוואוינער פון לאנד בעלארוסיש.[1] אנדערע מקורות האלטן אז בעלארוסיש איז די מוטער-שפראך פון 6,984,000 (85.6%) פון די בעלארוסישער באפעלקערונג.