'מעקלענבורג-מערב פאמעראַניע (דײַטש: Mecklenburg-Vorpommern, נידערדייטש: Mekelnborg-Vörpommern) אין צפון דייטשלאנד איז איינע פון די 16 לענדער אין דייטשלאנד. איר שטח איז 23,174 קוואדראט ק"מ (דאס זעקסט־גרעסטע לאנד אין דייטשלאנד); לויט באפעלקערונג איז זי דאס 14ט־גרעסטע לאנד מיט 1,652,000 איינוואוינער.
די הויפטשטאט און צווייט־גרעסטע שטאט איז שווערין; די גרעסטע שטאט איז ראסטאק.
מעקלענבורג-מערב פאמעראַניע גרענעצט דעם באלטישן ים צו צפון, די מערב פאמעראניע וואיעוואדעשאפט פון פוילן צו מזרח, און זייגערווייז פון צפון גרענעצט זי די לענדער בראנדנבורג, נידער-זאקסן און שלעזוויג-האלשטיין.