ביאלאגישע קלאסיפיקאציע איז א סיסטעם וואס ביאלאגן ניצן כדי קלאסיפירן די פארשידענע ארגאניזמען. די סיסטעם איז א טייל פון טאקסאנאמיע.
די נאטירלעכע וועלט איז רייך אין ארגאניזמען, דעריבער איז נייטיק צו קלאסיפירן זיי, אבער ס'איז נישט אלעמאל קלאר וויאזוי מ'זאל דאס טון. יעדער איינער פארשטייט די אונטערשייד צוויצן די פארשידענע באשעפענישן ווי פיש זענען אנדערש פון עופות, אבער א לעמפערט און א לייב זענען ענלעך. אבער אן אלגעמיינע קלאסיפיקאציע פון אלע באשעפענישן האט געפעלט.
אין דער מיטל אלטער פלעג מען קלאסיפירן די נאטירלעכע וועלט אין פיר קעניגרייכן: דומם, צומח, חי און מְדַבּר (מענטשן).