זאָאָלאָגיִע איז די װיסנשאַפֿט װאָס שטודירט די חיות. דאס ווארט זאאלאגיע שטאמט פון אלטגריכיש ζῷον (זאאן, “בעל חי”) + λόγος (לאגאס, “וויסן”).
די שטודיע פון זאאלאגיע נעמט זיך פון נאטורלעכער היסטאריע, וואס אריסטו און גאלען האבן שטודירט אין אוראלטע צייטן. א וויסנשאפטלער אין דעם פעלד פון זאאלאגיע הייסט א זאאלאג.
זאאלאגיע איז כולל די פאלגנדע אפטיילונגען:
- אנאטאמיע
- פיזיאלאגיע
- עטאלאגיע