ביי די זיבעצן יאר האט ער געהייראט מרת מרים, א טאכטער פונעם גביר ר' דוב בער שטערנבערג פון קראלי.[1] נאך דער חתונה האט ער געוואוינט נאענט צו זיין פאטער אין פרעשבורג. אין תר"א, נאך זיין פאטערס פטירה, האט ער זיך געצויגן קיין קראלי, וואו ער האט געוואוינט צוויי יאר.
רבנות
אין תר"ב איז ער געווארן רב אין מאטערסדארף, און אין תר"ך האט מען אים גערופן צו ווערן רב און אב"ד אין קראקע,[1] און ער האט געדינט אין דעם אמט 22 יאר ביז זיין פטירה.
אין תרל"ט איז ער געוועלט געווארן צו זיצן אין פארלאמענט אין וויען. ער איז געווען איינער פון די פירער פון דער "מחזיקי הדת" קהילה אין גאליציע.