שלמה באָבער איז געבוירן ה׳ שבטה'תקפ"ז צו זיין פאטער ישעיהו אברהם, און זיין מוטער שרה לאה, די טאכטער פון א דרוקער רבי שלמה ב"ר מרדכי רובינטשיין פון זאלקאוו.
ער האט געוואוינט א שטיק צייט אין הוסיאטין, און איז געווען אין זיין צייט פון די ראשי קהילה אין לעמבערג.
ר' שלמה באבער איז געווען א גרויסער חוקר אין אלטע ספרים, און א גרויסער קענער אין מדרשי חז"ל, און האט זיך אפגעגעבן צו דרוקן אסאך פון זיי. עס איז אים צוניץ געקומען דאס וואס ער האט געקענט רעדן אסאך שפראכן ווי אראמיש, סיריש, גריכיש, רוימיש, אסאך פון די אמאליגע מדרשים האבן זיך באנוצט מיט שפראכן, און ער האט דאס מפרש געווען אויף לשון הקודש.