דער ירושלים-תל אביב שאסיי איז דער פארנומענסטער און חשובסטער שאסיי אין ישראל, אויסגעפלאסטערט נאך אין 1869 דורך די טערקן, און אספאלטירט געווארן דורך דעם בריטישן מאנדאט. דער שאסיי איז בערך 95 קילאמעטער לאנג, פון תל אביב ביזן גרעניץ פון יארדאניע.
די ארגינעלע רוטע איז נישט אינגאנצן דער היינטיגער וועג קיין ירושלים. אין די 70ער יארן איז דער שאסיי איבערגעבויט געווארן, און איז געטוישט געווארן צו א נייעם וועג, צווישן לאטרון און תל אביב.
דער וועג פון שער הגיא (אין יידיש טויער פונעם טאל, אין אראביש באב על וואד), איז דער אלטער וועג קיין ירושלים.