די נאציאנאלע מנורה פון די פאראייניגטע שטאטן איז א גרויסע חנוכהמנורה וואס ווערט אויפגעשטעלט יעדעס יאר, לכבוד חנוכה, הארט נעבן דעם ווייסן הויז, אין וואשינגטאן די סי.
אין 1974 האט דער ליובאוויטשער רבי הרב מנחם מענדל שניאורסאהן געבעטן פון זיינע חסידים און אנהענגער, מען זאל אנהייבן אויפשטעלן און אנצינדן מנורות אין דער עפנטליכקייט אלס פרסומי ניסא.
אין 1979 האט דער חב"ד'סקער שליח רבי אברהם שם טוב אנגעהויבן צו שתדל'ן מען זאל אויפשטעלן א גרויסע מנורה נעבן דאס ווייסע הויז, דער דעמאלטיגער אינערן סעקרעטאר האט אריגינעל אפגעווארפן דעם געדאנק, און זיך אנטזאגט פון געבן ערלויבעניש, זאגנדיג אז דאס איז א פארלעצונג פונעם ערשטן אמענדמענט. עווענטועל האבן זיך אבער דער זאך אויסגעגליכן געווארן, און שם טוב האט ערהאלטן אן ערלויבעניש אויפצושטעלן א מנורה.
דער נאמען "נאציאנאלע מנורה" שטאמט פון פרעזידענט ראנאלד רייגען, וועלכער האט אזוי באטיטלט די מנורה בשעת א דרשה, און עס איז שוין אזוי געבליבן מיט דעם צונאמען.
פראמינענטע צינדער
זינט דעם ערשטן יאָר וואס די מנורה שטייט, ווערט די ליכט-צינדן צערעמאניע באטייליגט מיט כאטש איין מיטגליד פון דער פרעזידענט'ס אַדמיניסטראַציע און טרעט אויף מיט א באגריסונג אין נאמען פון דער פרעזידענט.
צווישן די פראמינענטע מנורה צינדער זענען געווען:
1979: זשימי קאַרטער, פרעזידענט פון די פארייניגטע שטאטן.