אין תשס"ה האט ער חתונה געהאט מיט דער טאכטער פון רבי דוד לובל. ער האט דאן געדינט פערצן יאר אלס רב אין דער ישיבה "באר שמואל" אין בארא פארק. אין דער תקופה האט ער באקומען סמיכה פאר רבנות דורך רבי משה פיינשטיין.
אין ישראל
אין תשמ"ב האט ער עולה געווען קיין ארץ ישראל און געוואוינט אין ירושלים. ווי ער האָט שפּעטער דערציילט, איז דער תכלית פון זיין עלייה געווען זיך צו ספעציאליזירן אין הלכות סת"ם ביי רבי יוסף שלום אלישיב און ביי רבי שמואל וואזנער. אין דעם פּעריאָד האָט מען אים געבעטן צו פירן דעם אינסטיטוט משמרת סת"ם פון הרב וואזנער. ער איז באזונדער בארימט געװארן מיט זײן עקספערטיז אין די הלכות.
אין ישראל האט ער געדינט אלס ראש ישיבת "אור חדש" א ישיבה פאר עולים פון די פאראייניגטע שטאטן אין טעלז שטיין, ווי אויך פון כולל בני אפרים. ער האט אויך געדינט אלס רב אין דער ישיבה נווה ציון אין טעלז שטיין.
אין תשס"ה איז ער באשטימט געווארן אלס רב פון קרית שומרי החומות אין רמת שלמה. פֿאַר דעם צוועק איז ער אויך באַשטימט געוואָרן אַלס מו"ץ אין נאָמען פון דער עדה החרדית.
ער איז נפטר געווארן מיטאמאל כ''ט בטבת תשע"ז און איז מקבר געווען אין דער חלקת החסידים אויפן הר הזיתים.
אפשטאמיגע: זײן זון רבי שלמה נחום, זײן ממלא מקום אין זײן ישיבה אין טעלז־שטײן; זיין איידעם, הגאון רבי אברהם דוד ליווי, רב און מו"צ אין שכונת מקור ברוך אין ירושלים און איינער פון די רבני חסידות באיאן, זיין ממלא מקום אים אין קהילת שומרי החומות אין רמת שלמה; זיין איידעם, רבי שלמה שטערנבערג, ראש כולל אין ירושלים.