די מזרח לאָנדאָן ליניע איז א טייל פונעם לאָנדאָנער איבערגרונט, וואס גייט פון צפון צו דרום דורכן איסט ענד, דאָקקלאַנדס און דרום געביטן פון לאָנדאָן. זי איז געווען פֿריער אַ ליניע פונעם לאנדאנער אונטערגרונט.
געבויט אין 1869 דורך דער מזרח לאָנדאָן באַן פירמע, וואָס האט אויסגעניצט דעם טעמז טונעל וואס איז געמאכט געווארן מיט דער כוונה פֿאַר פערד-געצויגן שארבאנקעס, די ליניע איז געווארן א טייל פונעם לאנדאנער אונטערגרונט נעצווערק אין 1933. נאָך כמעט 75 יאר ווי טייל פון דער אונטערגרונט נעץ, איז זי געווארן פארשלאסן אין דעצעמבער 2007 פֿאַר אַ ברייטער פארגרעסערונג, און האט ווידערגעעפֿנט ווי א טייל פון דער איבערגרונט נעץ אין אפריל 2010.[1][2][3] פֿאַזע 2, וואָס האט פֿארבינדט די ליניע מיט דער דרום לאנדאן ליניע ביז אַ סוף סטאנציע ביי קלאפהאם קנופ, האט געעפנט דעם 9טן דעצעמבער 2012, שאפנדיק אַן אָרביטיר־באַן באַן אַרום אינערן לאָנדאָן.[4][5]
געשיכטע
גרינדונג פון דער מזרח לאָנדאָנער באַן
די מזרח לאָנדאָנער באַן איז געווארן באשאפֿן דורך דער מזרח לאָנדאָן באַן פירמע, אַ קאָנסאָרטיום פון זעקס באַן קאָמפּאַניעס: די גרויס מזרח באן (GER), די לאָנדאָן, ברייטאַן און דרום בארטן באַן (LB&SCR), די לאָנדאָן, טשאַטהאַם און דאווער באַן (LCDR), די דרום מזרח באַן (SER), די מעטראָפּאָליטאַן באַן, און די דיסטריקט באַן. די לעצטע צוויי האבן אפערירט וואָס איז היינט די מעטראָפּאָליטאַן, קרייז, דיסטריקט און האַממערסמיט & סיטי ליניעס פונעם לאנדאנער אונטערגרונט. די אינקאָרפּאָראַציע פון דער מזרח לאָנדאָנער באַן איז געשען אום 26סטן מיי 1865 מיט דער ציל פון פֿארזארגן אַ לינק צווישן די LB&SCR, GER און SER ליניעס.[6]