ZSL לאנדאנער זאא איז דער עלצטער וויסנשאפטלעכער זאא אין דער וועלט.[1] ער איז געעפנט געווארן אין לאנדאן דעם 27סטן אפריל 1828,[2] און די לכתחילה'דיגע כוונה איז געווען אז ער זאל זיין א זאמלונג פאר וויסנשאפטלעכער שטודיע. ער איז געעפנט געווארן צום ציבור אין 1847.[1] היינט טוט דער זאא באהויזן 16,802 בעלי חיים פון 704 זגאלן, כמעט די גרעסטע זאמלונג אינעם פאראייניגטן קעניגרייך.[3]
דער זאא ליגט צו דער צפון זייט פון רעגענטס פארק (דער רעגענטס קאנאל רינט אדורך אים).[4] און זיין פארוואלטונג איז אונטער דער זאאלאגישער חברה פון לאנדאן (געגרינדעט 1826).[1] די חברה האט אויך א ברייט ארט אין וויפסנייד פארק זאא אין בעדפארדשיר וואו אהין מ'האט אריבערגעפירט די גרעסערע חיות, למשל העלפאנדן און נאז-הערנער.[5][6]
אחוץ פון זיין דער ערשטער וויסנשאפטלעכער זאא, דער לאנדאנער זאא האט אויך געעפנט דאס ערשטע רעפטילן הויז (1849), דער ערשטער ציבורישער אקוואריום (1853),[7] דאס ערשטע אינסעקטן הויז (1881) און דעם ערשטן קינדער זאא (1938).
די נענטסטע לאנדאנער אונטערגרונד סטאנציעס זענען קאמדן טוין and טשאלק פארם. די בוס רוטע 274 פארט לעבן דעם זאא.[8]
היסטאריע
זאנעס און אטראקציעס
אפריקאנישע פויגל סאפארי
אקוואריום
קינדער זאא
גארילא מלוכה
רעפטילן הויז
דאס רעפטילן הויז האט געעפֿנט אין 1927 אויסגעפלאנעוועט פֿון זשוין ביטשאם פראקטאר און סיר גי דויבער.[9]
די רעפטילן וואס וואוינען דארט שליסן אײַן יאשטשערקעס, טשערעפאכעס, קראקאדילן און שלאנגען; לעבן דעם הויז איז דער קאָמאָדאָ דראקאן הויז.
ארכיטעקטור אינעם זאא
רעפערענצן
- ↑ a b c ZSL's History. ZSL. דערגרייכט דעם 2008-03-05.
- ↑ April 27. Today in Science History. דערגרייכט דעם 2008-03-05.
- ↑ ZSL Animal Inventory. ZSL (2006-12-31). דערגרייכט דעם 2008-03-03.
- ↑ Google Maps. Google. דערגרייכט דעם 2008-03-05.
- ↑ לאנדאנער העלפאנדן צו זיין צוזאמען מיט זייערע חברים אין וויפסנייד. ZSL (2001-10-30). דערגרייכט דעם 2008-03-05.
- ↑ העלפאנדן פארלאזן לאנדאן. BBC News (2001-11-01). דערגרייכט דעם 2008-03-05.
- ↑ די היסטאריע פונעם אקוואריום. ZSL. דערגרייכט דעם 2008-03-06.
- ↑ ווי מען געפינט אונז. ZSL. דערגרייכט דעם 2008-03-05.
- ↑ ZSL Architecture. ZSL. דערגרייכט דעם 2008-03-06.
דרויסנדיגע פארבינדונגען
מוסטער:Coor title dms