אין 1955 האט ער חתונה געהאט מיט אסתר שלעזינגער, א טאכטער פון דר. אברהם שלעזינגער, דער דירעקטאר פון שערי צדק שפיטאל. זיי האבן געהאט פינף קינדער. זייער בכור, שלמה,[1] איז געפאלן א קרבן אין דער לבנון שלום אקציע.
אין 1956 האט ער עמיגרירט קיין ישראל און ער האט זיך באזעצט אין ירושלים.
אסתר אוימאן איז נפטר געווארן אין תשנ"ח. אין תשס"ה האט ישראל אוימאן חתונה געהאט מיט איר עלטערער שוועסטער, בתיה (כהן).
וויסנשאפטלעכע ביישטייערונג
אוימאנס גרעסטע ביישטערונג איז אין דעם געביט פון איבערגעחזרטע שפילן.