חנניה בן חזקיה
חנניה בן חזקיה בן גוריון, איז געווען א תנא, וואס ווערט דערמאנט איין מאל אין משניות.
זיין צייט
חנניה בן חזקיה בן גוריון איז געווען פון ערשטן דור תנאים, אין איבערגאנג פון דער תקופה צייטס-שפאן פון די זוגות צו דער תקופה פון די תנאים,[1] און פון זיבעטן דור נאך די אנשי כנסת הגדולה.[2] אין דער צייט פון צווייטן בית המקדש.
איבער אים
חנניה בן חזקיה בן גוריון "זכור לטוב" - רב יהודה דריקט זיך אויס חנניה בן חזקיה בן גריון זאל געדענקט ווערן צום גיטן, ווען נישט אים וואלטן די חכמים פארשטעקט דעם ספר יחזקאל, וויבאלד ס'איז געווען אומפארשטענדליך, און מען האט ארויף געברענגט דריי הונדערט פעסלעך אייל צו חנניה בן חזקיה בן גריון און ער איז געזעצען אויבן ביי זיך אויפן שטאק און עס אויסגעטייטשט.[3]
פארשידענע גזירות און הלכות זענען אפגעלערנט ביי חנניה בן חזקיה בן גריון אויפן שטאק, איינמאל איז פארגעקומען און די תלמידי בית שמאי זענען געווען מעהר ווי די תלמידי בית הלל, און מען האט דעמאלטס ארויבגעגעבן אכטצן גזירות באקאנט אלס די י"ח דבר.[4]
די גמרא זאגט אז חנניה בן חזקיה בן גוריון מיט זיינע בייהעלפערס האט געשריבן דעם מגילת תענית.[4]
אין משניות
- מסכת שבת פרק ו' משנה ג', ”ואלו מן ההלכות שאמרו בעליית חנניה בן חזקיה בן גוריון כשעלו לבקרו, נמנו ורבו בית שמאי על בית הלל וי"ח דברים גזרו בו ביום”
חכמי המשנה - זוגות - תנאים
|
ערשטער דור נאך די אנשי כנסת הגדולה
|
|
צווייטער דור
|
|
דריטער דור - ערשטער דור זוגות
|
|
פערטער דור - צווייטער דור זוגות
|
|
פינפטער דור - דריטער דור זוגות
|
|
זעקסטער דור - פערטער דור זוגות
|
|
זיבעטער דור - ערשטער דור תנאים (סוף בית שני)
|
הלל הזקן (נשיא) , שמאי הזקן (אב בית דין) , שמעון בן הלל (נשיא) , רבן גמליאל הזקן (נשיא) , מנחם , אבא שאול בן בטנית , בבא בן בוטא , חנמאל המצרי , חנניה בן חזקיה בן גוריון , יהודה בן בתירא , רבי יוחנן בן בג בג , רבי יוחנן בן החורנית , ישמעאל בן פיאבי , נחום הלבלר , רבי נחוניא בן הקנה
|
אכטער דור - צווייטער דור תנאים (זמן החורבן)
|
רבן שמעון בן גמליאל הזקן (נשיא) , רבן יוחנן בן זכאי (נשיא), אבא שאול , רבי אליעזר בן יעקב , רבי אלעזר המודעי , רבי אלעזר בן דמא , רבי אלעזר בן פרטא , רבי אלעזר ברבי צדוק , רבי חנינא סגן הכהנים , רבי חנינא בן אנטיגנוס , רבי חנינא בן דוסא , רבי חנניא בן חכינאי , רבי חנניא בן תרדיון , יונתן בן עוזיאל , רבי ישמעאל בן אלישע כהן גדול , רבי פפייס , רבי צדוק , שמואל הקטן
|
ניינטער דור - דריטער דור תנאים
|
|
צענטטר דור - פערטער דור תנאים
|
רבי עקיבא , רבי טרפון , רבי אלעאי , רבי אלעזר בן יהודה איש ברתותא , רבי אלעזר בן עזריה , רבי אלעזר חסמא , רבי חנינא בן גמליאל , רבי חנניא בן עקשיא , רבי יהודה בן בבא , רבי יוחנן בן נורי , רבי יוסי הגלילי , רבי ישמעאל , שמעון בן זומא , שמעון בן עזאי , אונקלוס , אלישע בן אבויה
|
עלפטער דור - פינפטער דור תנאים
|
רבן שמעון בן גמליאל (דער צווייטער) (נשיא), רבי מאיר (און זיין ווייב ברוריה) , רבי יהודה (בר אלעאי) , רבי אליעזר בנו של רבי יוסי הגלילי , רבי אלעזר בן שמוע , רבי יהושע בן קרחה, רבי יוחנן הסנדלר, רבי יוסי (בן חלפתא), רבי נחמיה, רבי שמעון בר יוחאי , רבי שמעון שזורי
|
צוועלפטער דור - זעקסטער דור תנאים
|
|
נאך תנאים
|
|
רעפרענצען
- ↑ יוחסין
- ↑ רמב"ם הקדמה אויף משניות סדר זרעים פ"ד
- ↑ שבת י"ג ע"ב, חגיגה י"ג ע"א
- ↑ a b שבת י"ג ע"ב
|
|