רבי אריה לייביש ליפשיץ זצ"ל, (ה'תקכ"ז - י"ז טבתה'תר"ו), רב אין ווישניצא, דער אריה דבי עילאי, באקאנט אלס רבי לייביש חריף.
אפשטאם
רבי לייביש איז געבוירן אין יעראסלאוו אין יאר ה'תקכ"ז (אומגעפער) צו זיין פאטער ר׳ חיים ליפשיץ (ר׳ חיים ״ציצית מאכער״),[1] אן אייניקל פון הרב נתן נטע שפירא, דער מגלה עמוקות. אויף זיין טאטע'ן האט שוין דער רבי פון לובלין מעיד געוועהן אז ער איז א בעל רוח הקודש.
ביי די ניין יאר האט ער שוין גע'שמ'ט אלס עילוי און בקי אין ש"ס בבלי און ירושלמי, און איז דעמאלטס געווארן א תלמיד פון הגאון המפו' רבי יצחק חריף אבד"ק סאמבור בעמח"ס שו"ת פני יצחק. שפעטער איז ער געווארן א תלמיד פון קצות החושן.
אין יאר ה'תר"ס איז רבי לייביש געווארן רב אין קרעשאוו, נאכהער אין בילגוריי, אין יאר ה'תקס"ח ווען זיין שווער דער ישמח משה איז געווארן רב אין אוהעל האט רבי לייביש איבער גענומען דאס רבנות אין שינאווא, אין יאר ה'תק"ץ איז רבי לייביש אויפגענומען געווארן רב אין ווישניצא און איר אומגעגנט (אריין רעכנדיג בריגעל און באכניא). חול המועדסוכותה'תקצ"ח איז רבי לייביש פארטריבן געווארן פון ווישניצא אין ער האט זיך באזעצט אין בריגעל.
רבי לייביש איז נפטר געווארן י"ז טבתה'תר"ו אין בריגעל.
פאמיליע
רבי לייביש האט געהייראט בזיווג ראשון די טאכטער פון א נגיד אין פרעמישלא, וואס האט געזוכט אן איידעם א למדן; אבער זי האט געוואלט אז ער זאל עוסק זיין אין מסחר, און זיי האבן זיך גע׳גט.
בזיווג שני האט ער געהייראט מרת חנה אן איינציגע טאכטער (בת יחידה) פון הרב משה טייטלבוים דער ישמח משה. זיינע קינדער:
הרב משולם זלמן יהונתן ליפשיץ (ה'תק"ן (אומגעפער) - א' אלולה'תרט"ו), רב אין בריגעל, ער האט געהייראט מרת פריידא א טאכטער פון הרב אברהם חיים הורוויץ (דער ערשטער), רב אין לינסק. זייערע קינדער:
מרת ביילא, די ווייב פון הרב בצלאל ישעיה בערנשטיין, דיין אין ירושלים.
[2] די ווייב פון הרב נפתלי טייטלבוים, א זון פון איר שוועסטער-קינד הרב מנשה טייטלבוים, ראש בית דין אין בריגעל.
מרת חנה די ווייב פון הרב רפאל גוטווירטה, פון ראדאמישל.
הרב טוביה ליפשיץ (י"ד ניסןה'תקפ"ה - ח' אדרה'תרע"ב), ממלא מקום פון פאטער, רב אין בריגעל. ער האט געהייראט מרת מינדל א טאכטער פון הרב ישראל יצחק פינקלער פון ראדאשיץ. זייערע קינדער:
מרת חנה, די ווייב פון הרב מנשה טייטלבוים ראש בית דין אין בריגעל.
מרת אסתר, די ווייב פון הרב מנחם מענדל שפירא רב אין בערהאמעט.
הרב חיים דוב בעריש ליפשיץ (ה'תקנ"ה (אומגעפער) - כ"ג תשריה'תר"י), רב אין יאנוב, ער האט געהייראט א טאכטער פון הרב יוסף קעזוס, רב אין יאנוב און חעלם. זייערע קינדער:
הרב ישראל מאיר ליפשיץ רב אין יאנוב. ער האט געהייראט מרת חיה שרה א טאכטער פון זיין פעטער הרב משולם זלמן יהונתן ליפשיץ, רב אין בריגעל. זייערע קינדער: