לינקאלן איז געבוירן געווארן אין קענטאקי אין אן ארעמער פאמיליע. ער האט זיך אליין געבילדעט און איז געווארן אן אדוואקאט, שפעטער פירער פון דער וויג פארטי, און א שטאַטס קאנגרעסמאן. ער האט איבערגעלאזט פאליטיק און איז צוריק צו זיין אדוואקאט ארבעט. אבער ווען ער האט געזען אז די דעמאקראטן האבן געענפט די נייע לענדער צו שקלאפעריי האט דאס אים שטארק געקימערט און אין 1854 איז ער צוריק אין פאליטיק.
ער איז א פאפולערער פרעזידענט אין דער היסטאריע פון די פאראייניגטע שטאטן, ער האט אנגעפירט די באוועגונג צו באפרייען די שווארצע מענטשן פון קנעכשאפט, ער איז געווען פערזידענט בשעת דער אמעריקאנער בירגערקריג, אויך באקאנט אלס דער קאמף פון דעם צפון מיטן דרום, און האט געפירט דעם צפון צו א זיג קעגן די דרום.
צוויי טאג נאך דעם וואס ער האט געוואונען די קריג, און האט באפרייט די שווארצע, האט מען אים געשאסן אין א טעאטער.
ער איז אנגענומען פאר א גוטער פרעזידענט וואס די אמריקאנער זענען מיט איהם שטאלץ, ער איז געווען פון די ערשטע אין דער רעפבוליקאנער פארטיי.
עס איז באקאנט פון אים אזא ווארט: מען קען פֿאפן די גאנצע וועלט פאר א שטיק צייט, מען קען פאפן די האלבע וועלט פאר אייביג, מען קען אבער נישט פאפן די גאנצע וועלט פאר אייביג, דער אמת שווימט שטענדיג ארויף.
לינקאלן האט באשטימט 32 פעדעראלע ריכטער, כולל פינף ריכטער צום העכסטן געריכט פון די פאראייניגטע שטאטן און 27 ריכטער צו די פאראייניגטע שטאטן דיסטריקט געריכטן.
ביאגראפיע
אברהם לינקאלן איז געבוירן געווארן דעם 12טן פעברואר 1809 אין האדזשנוויל, קענטאקי, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע. זיינע עלטערן, טאמאס לינקאלן און נענסי (הענקס) זענען געווען ארעמע מענטשן.[3] אברהם האט געהאט איין ברודער און איין שוועסטער; דער ברודער איז געשטארבן יונגערהייט. זיי זענען אויפגעוואקסן אין א קלעצער־ביידער, וואס האט געהאט נאר איין צימער. כאטש אין יענער צייט איז שקלאפעריי געווען געזעצלעך אין קענטאקי, האט לינקאלנ׳ס פאטער, א רעליגיעזער באפטיסט, זיך אפגעזאגט פון האלטן שקלאפן.
ווען לינקאלן איז געווען אלט זיבן יאר האט זיך די משפחה געצויגן אין דער אינדיאנע. שפעטער האבן זיי זיך געצויגן קיין אילינוי.[4] אין זיין קינדהייט האט לינקאלן געהאלפן זיין פאטער אויפן פאַרם. ביי דער עלטער פון 22 יאר האט ער פארלאזט זיין היים און האט זיך געצויגן אין ניי סעלעם, אילינוי, וואו ער האט געארבעט אין א קראם.[5] שפעטער האט ער געזאגט אז ער האט געלערנט אין דער שולע אינגאנצן נאר איין יאר, אבער דאס איז שוין געווען גענוג צו לערנען ליינען, שרייבן און חשבון.
↑Thornton, Brian (31סטן אקטאבער, 2005). 101 things you didn't know about Lincoln: loves and losses, political power (אויף ענגליש). Adams Media. ISBN 978-1-59337-399-3.