דאָס װאָרט קען זיך װײַטער צעטײלן צו עטלעכע באַדײַטן:
אברהם יהושע העשל איז דער נאמען פון עטלעכע רביס פון דעם מעזשביזשער-אפטער הויף וואס דער נאמען העשל איז זייער פאמיליע-נאמען. אויסערדעם איז פארהאן פארשידענע רביס וואס האבן געהייסען אברהם יהושע העשיל וואס דער נאמען העשיל איז א טייל פון זייער ערשטן נאמען.
- רבי אברהם יהושע העשיל (ה'תקט"ו - ה' ניסן ה'תקפ"ה), רב אין מעזשביזש און אפטא, באקאנט אלס דער אפטער רב, דער אוהב ישראל
- רבי אברהם יהושע העשל (ה'תקצ"ב - י"ט תשרי ה'תרמ"א), פון מעזשביזש.
- רבי אברהם יהושע העשל (ד' אייר ה'תרמ"ח - ט"ז תמוז ה'תשכ"ז), קאפיטשניצער רבי אין ניו יארק.
- רבי אברהם יהושע העשל (ה'תרנ"ב - ד' ניסן ה'תש"ג) הי"ד, פון מעזשביזש - טארניפאל.