אבדאללא איז דער עלסטער זון פון פריערדיקן קעניג כוסיין, און אן אור אייניקל פון אבדאללא דער ערשטער. זיין מוטער איז געווען אן ענגליש מיידל, א טאכטער פון אן אפיציר אין בריטישע ארמיי, וואס נאכן הייראטן כוסיין האט זי אנגענומען די איסלאמישערעליגיע.
ער האט געלערנט אין שולעס אין ענגלאנד, און שפעטער אין אקספארד אוניווערסיטעט, און אין מיליטערישע אקאדעמיע. ער האט געדינט אלס פילאט אין יארדענישע מיליטער, און אלס קאמאנדיר פון די ספעציעלע קרעפטן. אויך האט ער שטודירט אינטערנאציאנאלע באציונגען, אין דזשארדזשטאן אוניווערסיטעט, אין וואשינגטאן די סי.