הרב שמואל דוד איז געווען דער רב הצעיר אין די נייטרא קהילה ביים לעבן פון זיין פאטער הרב שלום משה, און איז געקרוינט געווארן אלץ נייטרא רב אום ניסן תשס"ג, נאך זיין פאטער'ס פטירה, איבערנעמענדיג די הנהגה פון די נייטרא ישיבה און די נייטרא יישוב אין מאונט קיסקא, ניו יארק.